ווי מען גייט אצינד אריין אין דעם זומער סעזאן, ווילן מיר דערמאנען די איינוואוינער, בנוסף צו איבערן יאר, צו האלטן די פראפערטיס ריין, ספעציעל אין די זומער מאנאטן זיכער צו מאכן אז די גראז ווערט געשניטן צייטליך, און אז אייער פראפערטי און אלעס ארום איז ריין און צוזאמגענומען בכדי אנצוהאלטן און פארבעסערן די ריינקייט און "קוואליטעט אוו לייף", פאר אייך זעלבסט, פאר אייערע שכנים און פאר די גאנצע שטאט.
ווי אויך ווילן מיר דערמאנען דעם ציבור אריינצונעמען די מיסט קאנעס אינעם זעלבן טאג פונעם גארבידזש פיקאפ.
עס וועלן ארומפארן ״קאוד ענפארסמענט״ באאמטע יעדע וואך צו אינפארסירן די ריינקייט פון די שטאט.
ישר כח פאר אייער קאאפעראציע
ווילעזדש דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס
שמועס