אין די פארגאנגענע יארן זינט עס האט זיך געטוישט די ווילידזש אדמיניסטראציע, און קומענדיג פון א קליינעם פארמאט מיט בלויז עטליכע הונדערט אדרעסן פלעגן רוב פון די פובליק סערוויסעס ווערן ארויסגעגעבן פאר סוב-קאנטראקטארס, אנגעפאנגען פון שארן די שניי, פאררעכטן די ראודס, און פילע אנדערע מעינטענענס אויפגאבן.

די ארבעט פלעגט ארויסגעגעבן ווערן קודם צו דעם טאון אוו בלומינג גראוו, און נאכדעם פאר אביסל א גרעסערע קאמפאני וואס קען עס באהאנדלען פראפעסיאנאל, פונקטליך און שנעל אין פאל פון אן עמערדזשענסי.

ברוך השם, עס איז נתרבה ונתרחב גבולי הקדושה, און ס'איז צוגעקומען פילע איינוואוינער, עס בויען זיך יעצט פרישע הונדערטער הייזער אינעם ווילעדזש, און ס'איז געקומען די צייט ארויסצואוואקסן פון די קינדער שיך און אנפאנגען געהעריג אויפצובויען אן אייגענעם דעפארטמענט וואס זאל זיין אין טשארדזש פון די אלע פובליק סערוויסעס, אזויווי א געהעריג אהערגעשטעלטע מוניציפאליטעט מיט אלע פיטשעווקעס, איז אצינד, אין צוגאב וואס מ'האט צוגעבויעט דעם פאבליק וואורקס גאראזדש און עס דערנאך שוין אויסגעברייטערט פאראיאר, האט די ווילעדזש געקויפט צוויי פרישע טראקס וואס זאלן שטיין צו דינסט פאר די דעפארטמענט אוו פאבליק וואורקס פאר די טעגליכע אויפגאבעס, און ווי אויך דורכאויס די ווינטער און אין זומער סעזאנען, און אין פאל פון עמערדזשענסיס.

צו די זעלבע צייט נעמט יעצט די ווילידזש אויף א ברייטערע שטאב ארבעטער וואס זאלן ערזעצן די ארבעט וואס פלעגט ביז יעצט ווערן ארויסגעגעבן פאר דרויסנדיגע קאמפאניס און סוב-קאנטראקטארס.