שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

והנה סולם מוצב ארצה!

א פייער לייטער טראק מיטן 107 פוס לייטער אויסגעצויגן אין דער הייך פארנט פונעם פייער דעפארטמענט אין סאוט בלומינג גראוו
א פייער לייטער טראק מיטן 107 פוס לייטער אויסגעצויגן אין דער הייך פארנט פונעם פייער דעפארטמענט אין סאוט בלומינג גראוו

נעכטן מאנטאג, האבן די פייער טשיעפס אינאיינעם מיט די ווילעדזש באאמטע באקומען א דעמאנסטראציע פון א פארגעשריטענעם לייטער טראק וואס גרייכט הונדערט און זיבן פוס די לענג.

פייער טשיעפס און ווילעדזש באאמטע באטראכטן דעם לייטער טראק ביים פייער דעפארטמענט

די סארט לייטער קען גרייכן ביז ניין שטאק הויך געוואנדען אין די שיפקייט, און ווי נענטער מען קען צוקומען צום בנין, דער ווילעדזש לייגט טאקע שטארק דגוש צו אנהאלטן לכל הפחות דרייסיג פוס פריי צוויישן די בנינים פאר פייער סעיפטי.

א פייערלעשער קלעטערט ארויף אויפן הויכן לייטער בעת די דעמאנסטראציע

דער לייטער טראק איז קנאפע פערציג פוס לאנג, וואס גיבט עס די מעגליכקייט אנצוקומען שנעל און געשווינד אפילו אויף שמאלע געסלעך און ענגע ווינקלען.

דער קנאפע פערציג פוס לאנגער לייטער טראק פארקירט פארנט פונעם ווילעדזש פייער דעפארטמענט

מען באהאנדלט אצינד נאך אפציעס אויפן טיש, מיר וועלן האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אפדעיטס איבער די פראגרעס פון די פייער דעפארטמענט.

UJC UJC