דעם זונטאג איז קאנגרעסמאן רייען געקומען באזוכן דא אין ווילידזש, וואו ער האט געהאט די געלעגנהייט צו ווערן אפדעיטעד איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס טוט זיך אפ דא אינערהאלב די ווילידזש גרעניצן.
דער קאנגרעסמאן איז נישט א גאסט אין בלומינג גראוו, ער איז דא געווען נאך פון גאנץ אנפאנג און באגלייט דעם וואוקס, די שוועריגקייטן וואס מ'איז אלץ אריבער, און ווי אויך ב"ה די אלע פאזיטיווע אנטוויקלונגען דורכאויס די צייט, און ער האט אסאך צוגעהאלפן און צוגעלייגט א האנט, סיי פינאנציעל, סיי מיט שתדלנות ווי עס האט נאר אויסגעפעלט און ער איז כסדר בקשר מיט די עסקנים און ווילעדזש באאמטע ארויסצוהעלפן מיט וואס אימער מעגליך.
אצינד איז ער געקומען באצאלן א באזוך וואס האט געזאלט פארקומען ביים ערעפענונג פונעם פייער דעפארטמענט דעם פארגאנגענעם חודש ניסן, ווי ער האט אין די לעצטע מינוט געמוזט צוריקפארן קיין וואשינגטאן און זיך נישט געקענט באטייליגן.
דער קאנגרעסמאן מיט זיין סוויטע האבן באקומען בכבוד הראוי א פול דעטאלירטן טור לארכה ולרחבה פונעם ווילעדזש, צווישן די אדרעסן וואו מ'האט זיך אפגעשטעלט, איז ער געגאנגען באזוכן דעם ניי אויפקומענדן עקזעקיוטיוו סירקל ביזנעס סענטער אויף רוט 208 קארנער מאונטען ראוד, וואו מ'האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון פארטיגן און עפענען דעם בנין.


ביים באזוך אינעם אויפקומענדן עקזעקיוטיוו סוירקל ביזנעס צענטער מיט הרבני מו"ה שמעון עסטרייכער מגדולי התומכים לכל קדשי בלומינג גראוו
דער קאנגרעסמאן האט אויך באקומען אן אפיציעלע איינלאדענונג צו קומען אנטיילנעמען ביז געציילטע וואכן אין די אפיציעלע עפענונג פונעם איילענד סופערסענטער וואס ווערט געפירט דורך די בארימטע נדיבים און דעוועלאפערס פון די ליוולענד גרופע.
פון דארטן איז מען צוגעפארן צו די פראספעקט גארדענס דעוועלאפמענט, וואס איז ערווארטעט צו זיין פארטיג יעצט אין די ווינטער חדשים, ווען מען גרייט זיך אריינצומופן אויף פסח. און מערקווירדיג איז געווען ווי דער קאנגרעסמאן האט זיך אויסגעדריקט אז פאריגעס מאל וואס ער איז דא געווען איז דער פלאץ נאך געווען סך הכל א בארג מיט זאמד, און אצינד ווי שנעל די ארבעט האט זיך גערוקט פאראויס א דאנק די פראגרעסיווע און אקטיווע ווילעדזש פירערשאפט.



ביים טור אין די פראספעקט גארדענס דעוועלאפמענט, דער קאנגרעסמאן באקומט א פראגרעס רעפארט פונעם עומד על הפקודים ר' חיים הערש שמילאוויטש פון די "סמילאו" קאנטראקטינג פירמע וואס פארפיגט צו פארטיגן דעם פראיעקט. מערקט ווי ב"ה דער פראיעקט האלט שוין נאך די שיטראק
פון דארטן איז מען געפארן צו די קעפיטאל הילל אומגעגענט פאר א טור אין די בלומינג גארדענס און אין די גראוו וויוא דעוועלאפמענטס ווי דער קאנגרעסמאן האט באקומען אן ערשט האנטיגע באריכט איבער די פרישע אויפקומענדע געגנטער כ"י.



דער קאנגרעסמאן אין פאזיטיווע באגייסטערונג און געפלעפט צו זען ווי יעדער שטיקל אפאראטוס, פון מיליאן דאלארדיגע פייער טראקס ביז קלענערע מכשירים איז פולקאם געספאנסערט דורך די דעוועלאפערס נדיבים ותומכי בלומינג גראוו
מען איז נאכדעם אריבער צום פייער הויז, וואו עס איז פארגעקומען א אויפנאמע דורך דעם מעיאר, די ווילעדזש טראסטיס, די פייער שעפן און די פייער מעמבערס, באנאזאם מיט די עסקנים פון די יו. דזשעי. סי. וואו מ'האט געגעבן דעם קאנגערסמאן א פונקטליכן רעפארט איבער די סוקסעס און די אפעראציעס פונעם פייער דעפארטמענט זינט מ'האט געעפנט דעם פארגאנגענעם ניסן.

דער קאנגרעסמאן איז געווען גאר בייהילפיג מיט'ן ברענגען קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר אין גרענטס פאר די פייער דעפארטמענט, און עס איז פארגעקומען א פארמאלע באעערונגס צערעמאניע צו אנערקענען זיין הילף און מיטארבייט און פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת דעם דעפארטמענט בפרט און פאר דעם ווילעדזש בכלל.


ביים באגריסן און אויסרופן דעם קאנגרעסמאן צום באעערונגס צערעמאניע

אין א פאזיטיוון אקט פון הכרת הטוב, האט מען איבערראשט דעם קאנגרעסמאן, ווען דער מעיאר מיט די ווילעדזש טראסטיס האבן אויפן ארט אפגעשטימט א פארמאלע רעזאלוציע צו אויפנעמען דעם קאנגרעסמאן אלס דער "האנארערי טשיעף", עהרן שעף פון די דעפארטמענט.
אויפ'ן פלאץ האט מען אים געשאנקען אן אפיציעלן ווייסן טשיעף העלמעט פון די ווילעדזש פייער דעפארטמענט, אלס א צערעמאניעלער מזכרת הכרת הטוב, וואס האט זייער שטארק אויסגעמאכט ביים קאנגרעסמאן און געברענגט א קידוש השם.


דער קאנגרעסמאן ביים ווערן באשטימט און אויפגענומען אויף די פאזיציע אלס Honorary Chief - עהרן שעף פון די פייער דעפארטמענט

דער קאנגרעסמאן ארבעט אצינד אויף גרענטס פאר פילע איניציאטיוון דא אין ווילידזש, אין צוגאב צו דעם וואס ער האט שוין געברענגט די צוויי מיליאן דאלאר פאר די סיידוואלקס, און האפנטליך וועט די השתדלות האבן א פאזיטיוון איינדרוק און עס בעזהשי"ת העלפן אויף ווייטער.
לב מלכים ושרים ביד ד'!
ילכו מחיל אל חיל להרחיב גבולי הקדושה, ובשם ד' נעשה ונצליח!

שמועס