די וואך מאנטאג אווענט, ביי דער מאנאט'ליכער ווילעדזש באורד מיטינג האט דער בית המדרש ערהאלטן די נויטיגע ווילעדזש באשטעטיגונגען פאר דעם געפלאנטן בנין מפואר אויף דאללאס דרייוו קארנער פארט ווארט פלעיס.
דער בית המדרש באשטייט פון צוויי און א האלב שטאק, א גרויסער היכל פון צוויי טויזנט סקווער פוס, צוויי ברחבות'דיגע חדרי התפילה און א מקוה מפוארה אויפן אונטערשטן שטאק.
ווי ביי אלע ציבור'ישע פראיעקטן דאהי, איז געלייגט געווארן א שטארקן דגוש צוצושטעלן גענוג פארקינג פאר די הנאה און באקוועמליכקייט פון די מתפללים און די תושבים צוגלייך.
דער סייט פלאן אנטהאלט 83 פארקינג פלעצער, 43 אויפן שטח הבנין, און צוגאב צו נאך 40 פארקינג פלעצער קעגנאיבער אויפן שטח פונעם אויפקומענדן קינדערקארנער ווילעזדש פארק וואס ווערט אצינד צוגעגרייט צווישן דאללאס דרייוו, פיין הילל ראוד און האוטארן דרייוו.
דאס בית המדרש רוקט זיך אצינד פאראויס צום בילדינג פערמיט שטאפל בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת.
ובשם ד' נעשה ונצליח!
שמועס