די וועטער באריכטן זאגן פאר שווערע רעגנס מיט גאר שטארקע ווינטן אין די ניו יארק און אומגעגנט דורכאויס שב״ק ביז קומענדיגן דינסטאג חול המועד.
איזהו חכם הוראה את הנולד! מאכט זיכער אז אייער סוכה איז מסודר און פארזיכערט און אז די ברעטער, סכך און שלאק זענען באהאפטן שטאנדהאפטיג.
ווי אויך קוקט זיך אום אז די דרעינידזש ליניעס זאלן זיין פריי פון בלעטער, צו פארזיכערן א גוטע פלוס, צו פארמיידן פארפלייצונגען און שאדנס.
ווי אויך, טוט דער ווילעדזש זיכער מאכן אז אלע קעטש-בעסינס און אלע שטורעם וואסער אפלויף ליניעס אויף די פובליק ראודס און פלעצער זענען אפן, זיכער צו מאכן בעזהשי״ת צו פארמיידן שאדנס.
ביטע טוט באריכטן פארשטאפטע אפלויף ליניעס צום ווילעזדש האל תיכף ומיד אויף 845.782.2600
הרחמן הוא יקום לנו את סוכות דוד הנופלת
שבת שלום ומבורך
חג שמח ושמחת תמיד
שמועס