אין די פארגאנגענע וואכן האט די הנהלת ישיבה קטנה פון מוסדות ויואל משה דסאטמאר בשעה טובה ומוצלחת געשלאסן מקח אויפ'ן שטח הענקי אויף פראספעקט ראוד, קעגן איבער שכונת פראספעקט גארדענס, און שוין ביז געציילטע טעג האט מען אריינגעגעבן די אפליקאציעס פאר פערמיטן צו אנפאנגען בויען דעם ערשטן בנין פונעם גרויסארטיגן מבצר הישיבות.
דער בנין וועט פלאצירן איבער צוויי הונדערט בחורים בהרחבה גדולה, פולקאם צוגערישט מיט א מקוה מפוארה און נאך צוגעהערן, אז די בחורים זאלן קענען זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה מיט הרחבת הדעת.
דאס איז דער ערשטער בנין אויף דעם שטח מבצר הישיבות פון מוסדות ויואל משה, דער מייסטער פלאן פון דעם שטח שטעלט פאר א מעגליכקייט פון סך הכל אכט אזעלכע בנינים ברבות הימים, ווי עס איז ערווארטעט אז אלע דריי ברענטשעס פון אלע דריי יארגענג פון די ישיבה וועלן זיך אריינציען אויף דעם שטח אין די קומענדיגע יארן.
ובשם ד' נעשה ונצליח להרחיב גבולי הקדושה, להגדיל תורה ולהאדירה, ולנצח על מלאכת בית ה'.
שמועס