שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

פראדוקטיווע זיצונג מיט ווערייזאן צו לעזן די "דעד ספאטס" פראבלעם

זיצונג מיט ווערייזאן אינזשענירן ביי א מאפע פון די ווילעדזש צו פארבעסערן די סעלפאון סערוויס

דעם דאנערשטאג איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע זיצונג מיט די אינזשענירן פון ווערייזאן ווייערלעס, מיטן ציל צו ברענגען א לעזונג צו די לאנגיעריגע פראבלעם פון שוואכע סעליולער סערוויס איבערן ווילעדזש.

ווי באקאנט, געפינען זיך פילע "dead spots" אין פארשידענע טיילן פונעם ווילידזש – אריינגערעכנט אויף מאונטען ראוד, אויף רוט 208, ווי אויך ביי די הייזער אין די רעזידענטשאל געגנטער און בתי מדרשים – וואו עס איז דא שוואכע סערוויס אדער אינגאנצן נישט קיין פארבינדונג. ביז היינט איז דא בלויז איין סעל-טורעם ביי די ווילעדזש האל, וואס איז נישט אויסגעשטעלט פאר אזא ווייטע רעינדזש און קען נישט נאכקומען די היינטיגע פארמערטע באנוץ, אין פארגלייך צו ווען מען האט עס לכתחילה אויפגעשטעלט.

און צוגאב, ווערט די 5G סערוויס אפעקטירט, וויבאלד די עקזיסטירנדע טורעם איז אויסגעשטעלט צו טראנספערירן 4G סיגנאלן, און עס פארלאנגט זיך נייערע טעכנאלאגיע און נאך טורעמס צו קענען צושטעלן 5G סערוויס אן קיין פארהאנקערונגען.

ביי די זיצונג איז מען אויפגעקומען מיט עטליכע מהלכים וויאזוי מען קען אין דעם קורצן טערמין טוישן דעם מצב, אז עס זאל זיין געהעריגע ווייערלעס סערוויס איבערן גאנצן ווילעדזש און פאררעכטן די "dead spots" אויף מאונטען ראוד און אויף רוט 208. מען האפט אין די נאנטע וואכן צו באקומען פון זיי א קלארן פלאן.

מצד די ווילידזש האט מען זיי פארשפראכן א פולשטענדיגע קאאפעראציע בנוגע זאונינג און ספעציעלע פערמיטן בכדי צו פארשנעלערן דעם פראצעדור ווי ווייט מעגליך אוו צו קענען פאררעכטן די פראבלעמען.

עס איז ערווארטעט ענליכע זיצונגען מיט די עי-טי-טי און טי-מאביל קעריערס איינמאל עס איז איז דא א קלארע מהלך אויף פאראויס.

ווי שטענדיג, וועט מען אייך האלטן אינפארמירט מיט אלע דעוועלאפמענטס איבער דעם נושא.

ובשם השם נעשה ונצליח!

UJC UJC