די ווילידזש וואסער דעפארטמענט טוט אצינד אפגרעידן די מעריוואלד פילטרעישאן פלענט, וואס געפינט זיך אין שכונת קעפיטאל הילל, מיט נייערע טעכנאָלאָגיע און פיל מער פארגעשריטענע באשטאנדטיילן און מעגליכקייטן ווי ביז יעצט צו קענען נאכקומען דעם פילפאכיג פארגרעסערטן באנוץ און נאכמער.
דער מעריוואלד פילטרעישאן פלענט איז געבויעט געווארן דורך די פאריגע ווילעדזש אדמיניסטראציע אויף א גאר קליינעם פארמאט, נאר גענוג צו באדינען די איינוואוינער פון דעם ווילעדזש אין די פריע צענערלינגען יארן למספרם, און אן קיין שום וויזיע פון גרעסערע פאמיליעס, פרישע רעזידענשאל און קאמערציעלע דעוועלאפמענטס און געברויכן.
דער פילטרעישאן פלענט איז דעריבער געווען היבש אנגעשטרענגט אין די לעצטערע חדשים מיט די געוואלדיגע העכערונג אין באנוץ, און עס איז ווי פארשטענדליך ערווארטעט נאכמער ארויפצוגיין אין צוגאב צו דעם מיטן אריינרעכענען די פילע משפחות וואס ציען זיך אהער מידי שבוע בשבוע, כן ירבה.
די אפגרעיד טוט עררייכן צוויי צילן, צום ערשטנס: די נייע חלקים טוען א פיל בעסערע ארבעט מיטן פארבעסערן די קוואליטעט פון די וואסער, והשנית: אין צוגאב צו די פילטרעישאן מעגליכקייטן קען עס אויך באהאנדלען איבער דאפלט דעם סכום -גאלאן פער מינוט- וואסער פון וואס עס לויפט אצינד דורך דעם פילטרעישאן פלענט.
דער אפגרעיד איז א פראצעדור וואס נעמט עטליכע וואכן, דורכאויס די צייט, קען זיין טעג וואס די וואסער וועט נישט זיין 100% קלאר, וויבאלד עס נעמט ביז ווילאנג מען טוט קאליברירן, צופאסן און טעסטן דעם נייעם פילטער סיסטעם אז עס זאל ארבעטן הונדערט פראצענטיג.
א דאנק פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש דורכאויס דעם פראיעקט!
ווילעדזש וואסער דעפארטמענט
שמועס