די וואך האט די ווילעדזש פייער דעפארטמענט געענדיגט די לאנגע סעריע פון קאמפליצירטע BPVR ב'עיסיק פ'אסאנזשיר וו'יהיקל ר'עסקיו עקסטריקעישאן טרעינינג על כל צרה שלא תבוא ביי פעלער פון עקסידענטן וכדומה, וואו די מעמבערס גייען אדורך גאר קאמפליצירטע נושאים אין פאל ס'איז דא אן אומגליק און מ'דארף ארויסשניידן פארכאפטע פון קארס, און צומאל קארס וואס ברענען, און וואס האבן טענק פול מיט געזאלין, און נאך אנדערע שעדליכע מצבים זיכער צו מאכן אז דער פאסאזשיר אינעם קאר ווערט ארויסגעשניטן און ארויסגעראטעוועט אין בליציגע סעקונדן, אן שעדיגן דעם פאסאזשיר דורכאויס די מאנעווערע, דורכן נוצן די ריכטיגע מכשירים און טעכניקן וויאזוי דאס צו עררייכן.

די טרענירונג סעריע אנטהאלט פילצאליגע נושאים צו האבן א גרונטליכע קענטעניס אין אלע מעכאניזמס וואס זענען דא אין קארס, פרעשוריזירטע סיסטעמען, די גאז און אויל, און פארשידענע פלעמעבל און שעדליכע פליסיגקייטן און פונקטליכע פראטאקאלן וויאזוי דאס צו באהאנדלען און וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט. און נאכ'ן לערנען די כללים אויף פאפיר, צו דעם אקטועלן פראקטישן אופן, דעם פיזישן טרענירונג, עס דורכצופירן בפועל, ווי די מעמבערס האבן ברוך השם ארויסגעוויזן גאר גוטע קענטעניסן סיי אויפ'ן פאפיר טעסט, און אויך נאכדעם ביי די סעריע טרענירונגען אויף פראקטישן מציאות.

דעם זונטאג איז פארגעקומען די לעצטע טרענירונג אויפ'ן ווילעדזש פייער טרעינינג סייט אויף רוט 208 באנאזאם מיט א גרופע אינסטרוקטארס פון די סטעיט און קאונטי פייער טרעינינג סענטער, וואו אלע מעמבערס האבן ברוך השם זיך סוקסעספול פארהערט און געפארטיגט די עקזעם הונדערט פראצענטיג, און זיי זענען געווארן באערט מיט די פאסיגע סערטיפיקאציעס צו זיין גרייט און סערטיפייעד ארויסצוהעלפן על כל צרה שלא תבוא.

בעזרת השם יתברך מיט די ריכטיגע השתדלות, וועט דער באשעפער אונז אפהיטן אז מען זאל עס נישט דארפן נוצן.

ואם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר