שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

עקסטענסיווע טרענירונגען דורך אראנזש קאונטי שעריף ביי בלומינג גארדענס

SWAT אפיצירן פונעם אראנזש קאונטי שעריף אינמיטן איבונגען אויף די טרעפ פון א בנין אין בלומינג גארדענס

און אן אנגייענדע געמיינזאמע צוזאמענארבעט צווישן די ווילעדזש מיט די אראנזש קאונטי אפיס אוו עמוירזשענסי מענעזדשמענט, ווי מען פירט רעגלמעסיג דורך טרענירונגען אינאיינעם, אנגעהויבן פון די פייער דעפארטמענט א.א.וו., איז היינט מיטוואך אראפגעקומען די איינהייט פון ספעציעלע קרעפטן SWAT פונעם אראנזש קאונטי שעריפ'ס אפיס צו די בלומינג גארדענס דעוועלאפמענט וואס די פרישע תושבים ציען זיך אריין בעזהשי"ת ובשעה טובה ומוצלחת קומענדיגע וואך, און זיי האבן דארט דורכגעפירט קאמפליצירטע און סענסיטיווע איבונגען אין די מולטי־פעמילי בנינים, זיך אויסצושארפן און אנצוהאלטן דעם גרייטקייט שטאפל אין קריטישע מצבים און נויט פעלער על כל צרה שלא תבוא.

די קאונטי זוכט כסדר פאסיגע ערטער פאר אזעלכע איבונגען, כדי די מאנשאפט זאל זיין גרייט אויב עס מאכט זיך חלילה א נויטפאל, די ווילעדזש אין צוזאמענארבעט מיט די דעוועלאפערס האבן צוגעשטעלט דעם ארט פאר די איבונגען.

די קאונטי האט אויסגעדריקט גרויס הכרת הטוב פאר דער שטענדיגער פראפעסיאנאלער צוזאמענארבעט צווישן די ווילעדזש און די קאונטי רעגירונג.

דער אייבערשטער זאל העלפן מ׳זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו.

אם ד' לא ישמר עיר, שוא שקד שומר.

UJC UJC