שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

הִגְדִּיל ה' לַעֲשׂוֹת עִמָּנוּ הָיִינוּ שְׂמֵחִים - מזל טוב, עיר עוז לנו, בלומינג גראָוו!

הִגְדִּיל ה' לַעֲשׂוֹת עִמָּנוּ הָיִינוּ שְׂמֵחִים - מזל טוב, עיר עוז לנו, בלומינג גראָוו!
Photo by Jesse Paul / Unsplash

כִּי עַתָּה הִרְחִיב ה' לָנוּ וּפָרִינוּ בָאָרֶץ!

מ'שטייט נאָך אין די מעת לעת נאָך דעם היסטאָרישן וואַלן אויסגאַנג אינעם טאַון אָוו בלומינג גראָוו, און דער ציבור רייבט זיך נאָך די אויגן און ס'גלייבט זיך נישט די מורא'דיגע און אָפענע סייעתא דשמיא וואָס מ'האָט דאָ מיטגעלעבט. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

דער היסטאָרישער טאָג, יום ג' שנכפל בו כי טוב, לסדר 'ויקם השדה- תקומה היתה לו', וועט שוין אויף אייביג פאַרבלייבן איינגעקריצט אין די קורות דברי ימי העיר, ווען ס'האָט ב"ה פּאַסירט דער דראַמאַטישער ווענדפּונקט וואָס טוט פאַרזיכערן דעם לעכטיגן עתיד פון אונזער באַליבטע געגנט, וואו אידישע קינדער זאָלן קענען וואוינען רואיג על מי מנוחות ביז משיח'ס טאָג, הולך וגדול עד כי גדל מאוד.

לפיכך אנחנו חייבים להודות ולהלל למי שעשה לאבותינו ולנו את כל הנסים האלו! די הערצער זענען איבערגעפילט מיט שיר ושבחה, ווען מ'טראַכט צוריק צו דער נישט ווייטער פאַרגאַנגענהייט און מ'דערזעט זיך מיט דעם אומגלויבליכן רעאַליטעט וויאַזוי מ'איז ב"ה אָנגעקומען צו אַ פולן צירקל! די נעכטיגע וואַלן רעזולטאַטן האָבן דערלאַנגט אַ הילכיגן נידערלאַגע פאר די גרעסטע העצער און אַגיטירער, וועלכע זענען דורכאויס די לעצטע צוואָנציג יאָר געשטאַנען אין שפּיץ פון אַן אַגרעסיוון און העסליכן קאַמף קעגן די הרחבת גבולי הקדושה; אָט די סאַמע מייסדים פונעם ווילעדזש, וועלכע האָבן געהאַט בלויז איין ציל: אויסצורייסן און צו בלאָקירן די אידישע פרידליכע שכינים, האָבן אַצינד גענצליך פאַרלוירן זייער איינפלוס מיט אַ שטוינענדע מפּלה. ונהפוך הוא! ווען ס'איז ערוועלט געוואָרן אַ נייע סימפּאַטישע טאַון פירערשאַפט, וואָס פאַרשפּרעכט גלייכבאַרעכטיגונג און יושר פאר אַלעמען.

דער יעצטיגער געווינס איז געווען אַזוי גרויס און אַזוי מאַכטפול, אַז ס'לאָזט נישט קיין פּלאַץ פאַר קיין שום ספיקות. ס'איז פאר אַלעמען קלאָר אַז וואָס איז געווען וועט מער נישט זיין, און אַ נייער פרימאָרגן האָט אויפגעשיינט אויפ'ן גאַנצן טאַון אָוו בלומינג גראָוו, ווען פון יעצט און ווייטער וועט שוין אַלעס פאָראויסגיין אַסאַך שנעלער און שטאַרקער. עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבונו חסדיך ה' אלקינו.

די ערשטע און וויכטיגסטע; טעקסעס

און אַז מ'איז ב"ה אָנגעקומען צו אַזאַ היסטאָרישן ווענדפּונקט, מוז מען געוויס גיין צום קומענדיגן שטאַפּל מיט אַ בליק אויף פאָראויס, צו העלפן פאַר די איינוואוינער מיט אַזויפיל פילצאָליגע דעטאַלן אינערהאַלב די טאַון אַדמיניסטראַציע. די געטרייע עסקנים פון דער יו. דזשעי. סי. אינאיינעם מיט די ווילעדזש באאמטע זענען שוין ווירקליך אַקטיוו איינגעשפּאַנט אין דער וויכטיגער שליחות פאַר'ן עתיד און פאַר'ן תועלת פון אַלעמען.

ווי יעדער פאַרשטייט איז דאָ איין וויכטיגסטע און מערסט- ברענענדיגע טעמע אויף דער אַגענדע: די הויכע אומבאַרעכטיגטע שטייערן. און ווירקליך זענען די עסקנים שוין טיף פאַרוויקלט מיט די נויטיגע השתדלות און פּעולות צו פאַרזיכערן אַז דאָס ווערט דורכגעפירט יושר'דיג און אחריות'דיג.

פאָלגנד זענען די פּרטים איבער די טעקס אָפּשאַצונג צום קומענדיגן יאָר 2027 למספּרם. די נייע סופּערווייזער ווערט איינגעשוואוירן יאַנואַר, די אַרבעט פון אָנהויבן שאַצן טעקסעס פאַר'ן נייעם יאָר הייבט זיך אָן אין אָנהויב פעברואַר, דאַן אום מאי וועט זיין די יערליכע Grievance Review, און דערנאָך ווערט די נייע טעקס ציפערן אָפּגעשטימט דעם ערשטן פון יולי.

מיר וועלן אי"ה האַלטן דעם ציבור אינפאָרמירט דורכאויס אַלע שטאַפּלן פונעם פּראָצעדור, אַז די איינוואוינער זאלן מיטהאַלטן וואו מ'האַלט ביי יעדן שטאַפּל, און פּונקטליך וועלכע גאַסן, הייזער, און אַדרעסן, ווערן אַפעקטירט. אַזוי אויך די רייע לויט וויאַזוי די טוישונגען וועלן דורכגעפירט ווערן.

פילזייטיגע פאָרשריט אויף אַלע געביטן

  • אין צוגאָב זענען דאָ נאָך פילע גאָווערמענט שטאַפּלן וואו מ'וועט האָבן אַ שטאַרקע מיטאַרבעט לטובת אחינו בני ישראל. מ'וועט פאַרזיכערן צו נאליפיצירן די פילע אומבאַרעכטיגטע לאוסטוס וואָס זענען פאַרטיילט געוואָרן קעגן היימישע אידן, סיי אינעם ווילעדזש און סיי אינעם טאַון. מ'וועט אַרויסהעלפן פאר די פילע רוחניות'דיגע אינסטיטוציעס, ווי ישיבות און אַנדערע צרכי ציבור, וואָס האָבן זיך אָפּגעליטן פאַרפאָלגונגען און רדיפות פון די ביז- יעצטיגע טאַון אַדמיניסטראַציע, און מ'וועט אַנולירן די שטראָפן וואָס זיי האָבן ערהאַלטן שלא ביושר.
  • באַזונדער איז דאָ אַ שטאַרקע פאוקוס צו רעפאָרמירן דעם פּאָליציי דעפּאַרטמענט און גענצליך איבערמאַכן איר גאַנצן פרעימווארק און סטרוקטור אַז ס'זאָל זיין אויסגעשטעלט צו בעסער סערווירן דעם היימישן ציבור, נעמענדיג אין באַטראַכט דעם פאַקט אַז תושבי העיר צאָלן אַריין איינס און אַהאַלב מיליאָן דאָלער יערליך אינעם פּאָליציי בודזשעט, און ביז יעצט האָבן מיר גאָרנישט באַקומען, אויסער טיקעטס און טראַפיק פאַרלעצונגען אויפ'ן 208 רד. דאָס וועט זיך בעז"ה טוישן ווען דער ציבור וועט קענען באַקומען אַסאַך מער בעניפיטן און סערוויסעס ווי וואָס מ'האָט געהאַט ביז היינט.
  • נאָך אַ וויכטיגע פּראָיעקט איז צוריק איינצופעדימען די 'דעפּאַרטמענט אָוו פּובליק וואָרקס' אינאיינעם מיטן טאון. די דעפּאַרטמענט איז אָריגינעל געווען אונטער מוניציפּאַלע אגרימענטס צו סערווירן סיי דעם טאון און סיי דעם ווילעזדש, וועלכע האָבן געשפּארט אַסאַך געלט פאר די שטייער צאָלער. אָבער אין יאָר תש"פ, ווען די ווילעדזש איז אַריבערגעגאַנגען אונטער אַ סימפּאַטישע היימישע אַדמיניסטראַציע, האָט דער שוין אצינד ארויסגייענדער טאַון סופּערווייזער אונטערגעמינעוועט אַלע קאָנטראַקטן כדי צו שעדיגן אונזערע אינטערעסן. אַצינד וועט מען קענען נאָכאַמאָל אַרבעטן אינאיינעם מיט די טאון, צו נוצן די זעלבע עקוויפּמענט, גאראדזשעס און סערוויסעס, וואָס וועט שפּארן אַסאַך געלט, פאר די ווילעדזש און פאר די טאַון איינוואוינער.
  • זעלבסט פאַרשטענדליך אַז ס'זענען פאַרהאַן נאָך פילצאָליגע פּעולות, פראיעקטן און איניציאטיוון וואָס נישט אַלעס קען אויסגעשמועסט ווערן פון פאָראויס, צו פאַרברייטערן סערוויסעס, און צו פאַרגרינגערן הרחבת גבולי הקדושה פאַר'ן יחיד און פאַר'ן ציבור, ברוחניות ובגשמיות.
  • ואחרון חביב: בלומינג גראָוו איז אַ טאַון וואָס איז 35 סקווער מייל גרויס! מיט דעם היסטאָרישן זיג עפנט זיך אויף אַן ענדלאָזע פּאָטענציאַל און שפע פון האַוזינג פאר אחינו בני ישראל אויף אַ פאַרנעם ווי קיינמאָל בעפאָר!

ליידער האָט מען שוין מיטגעהאַלטן וויאַזוי שונאי ישראל האָבן בלאָקירט האַוזינג אין אַנדערע געגנטער,  אָבער מיט דעם יעצטיגן וואַלן אויסגאַנג איז אויסגעטרעטן געוואָרן אַ קלאָרן וועג צו פּראָדוצירן צענדליגער טויזנטער דירות אויף ריזיגע שטחים פאַר'ן לאנג- טערמיניגן עתיד.

.

טייערע איינוואוינער, שכינים וידידים: עס איז נייע צייטן אין בלומינג גראָוו. אונזער שטאט האָט ווידעראַמאָל געמאַכט היסטאָריע!

לכו ונלכה מחיל אל חיל להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית ד'

ובשם ה' נעשה ונצליח!

UJC UJC