אין די יעצטיגע וואכן ווערט דער נייער פאמפער/טאנקיר צוגעענדיגט ביי די פעקטארי, וואו עס ווערט צוגעפארטיגט אלע קאסטומיזאציעס און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און אפציעס צו זיין גרייט און עפעקטיוו ביים באקעמפן פייערס אויסגעשטאטעט מיט די בעסטע פיטשערס וואס נאר מעגליך.
צו די זעלבע צייט, דאהי אין ווילעדזש ביים פייערהויז, בויעט מען צו א פרישע בעי צום פייער גאראדזש.
דער נייער בעי איז נישט סתם א גאראדזש, נאר איז געבויעט מיט א ספעציעלע פונדאמענט מיט רע-אינפארסעד קאנקריט, נעמענדיג אין חשבון אז דער פאמפער/טאנקיר ווען ס'איז אנגעפילט מיט וואסער וועגט עס איבער 50,000 פונט, דארף דאס זיין געבויעט צו קענען דערהייבן דעם וואג, און אויך דער בנין דארף זיין געבויט גאר שטארק אז מען זאל נישט שפירן קיין ווייברעישאן.
די ווילעדזש בויעט אויך צו א גרויסע קלאס רום פאר די טרעינינג סעסיעס, מיט א קאנפערענץ רום און אפיסעס פאר די אדמיניסטראציע פון די פייער דעפארטמענט.
דער נייער בעי וועט בעזרת השם זיין גרייט ווען דער טאנקיר קומט אן ביז געציילטע וואכןַ בשעה טובה ומוצלחת!
שמועס