די וואך איז פארגעקומען א בשותפות'דיגע טרענירונג צווישן די דעפארטמענטס ווי מען האט זיך טרענירט וויאזוי צו באהאנדלען סיטואציעס על כל צרה שלא תבוא ביי עקסידענטן ווען מען דארף ארויסשניידן מענטשן פון קארס, אדער צענעמען קארס וואס זענען צעדרוקט געווארן.
מען האט זיך געלערנט אויף פארשידענע סאפיסטיקירטע מכשירים און כלים, צו זיין באהאווענט און אויסגעשארפט מיט די טאקטיקן און מעכאניזמען וויאזוי דורכצופירן עקסטריקעישאן מאנעוורעס אין בליץ שנעלקייט.
די טרענירונג איז אויך געווען א געלעגנהייט זיך צו לערנען ווען מען קומט אן צו א סצענע און עס איז דא דארטן א צווייטע דעפארטמענט און עס פעלט אויס א צוזאמארבעט דורך א געמיינזאמע טשעין-אוו-קאמענד פאר די עפעקטיווקייט און זיכערהייט פון די סצענע, צו ראטעווען וואס מער און ווי שנעלער.
אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר




שמועס