די וואך האט דער ווילעדזש געפארטיגט דעם נייעם בודזשעט פאר קומענדיגן יאר 2027 למספרם און עס פארגעשטעלט פאר'ן ציבור ביי די יערליכע פובליק הירינג.
דער בודזשעט איז געהעכערט געווארן מיט 76% פון די פארגאנגענע יאר, צוליב די אויסברייטערונג פון ווילעדזש סערוויסעס און די פארמערטע אויסגאבן, און ווי אויך צוליב די העכערע קאסטן פון סערוויסעס, מאטריאל און גאז.
בעזרת השם יתברך איז אריינגעלייגט געווארן פיל ארבעט דורך די ווילעזדש באאמטע און די פינאנציעלע שטאב אז עס זאל נישט זיין קיין שטייער העכערונג מער פון צוויי פראצענט פארן ציבור.
מען איז איבערגעגאנגען יעדע איינציגע אויסגאבע פונעם פארגאנגענעם יאר און שוקל געווען צו דאס פעלט אויס.
מען האט צוגעלייגט נייע אויסגאבן, א שטייגער ווי פאנדס אויסצוהאלטן די פארברייטערטע טעגליכע אפעראציעס פונעם ווילעדזש שטאב, פייער דעפארטמענט, שאטל סערוויס, פארברייטערטע שניי שארן פלאטע, דעפארטמענט אוו פובליק וואורקס, פארקס דעפארטמענט, און נאך.
דער מציאות אז ברוך השם די שטאט ווירבלט מיט פרישע דירות און קאמערציעלע בנינים העלפט אויך צו מיט שטייער איינקונפט און אראפצוהאלטן דעם שטייער ביל פאר יעדן יחיד.
ברוך השם ווי עס פארמערן זיך מידי שבוע ושבוע נייע תושבים דאהי כן ירבו, לייגט עס צו איינקונפט אויפן קאלעקטיוון שטייער ביל פון וואס יעדער איינוואוינער שניידט די פירות.
דער נייער בודזשעט וועט העכערן די ווילעדזש טעקסעס אויף יארע 2027 מיט בערך $20 - $50 טאלער פער הויז אויפן יאר פאר די עלטערע הייזער און די קאנדא יוניטס, און מיט בערך צווישן $50 - $80 אויפן יאר פאר די נייערע פריוואטע הייזער.
דער בודזשעט ווערט פארמאל אפגעשטימט די ערשטע וואך אין דעצעמבער.
שמועס