וואלונטירן פון די ווילעדזש פייער דעפארטמענט האבן דורכגעפירט אן עקסטענסיווע אויטא פייער טרענירונג, וועלכע האט אויסגעשפילט א רעאליסטישע סצענע פון א ברענענדיגן אויטא, ווי מען האט זיך טרענירט אויף יעדע איינצעלהייט, פונעם ערשטן דיספעטש רוף ביז פולקאם פארלעשן דעם פייער און פארענדיגן די גאנצע אפעראציע.
דורכאויס די טרענירונג האבן די וואלונטירן זיך געלערנט ספעציעלע זיכערהייט פונקטן איבער די פארשידענע געפארן וואס מאכן זיך אפט ביי א ברענענדיגן אויטא, אריינגערעכנט די אויל און אנדערע כעמישע פליסיגקייטן, פארפעסטעטע רויך, פרעשור סיסטעמען, באטערי סיסטעמען, און אנדערע פאטענציעלע געפארן וואס פייערלעשער קענען אנטרעפן ביי אזעלכע אינצידענטן.
נאכדעם האבן די פייער וואלונטירן שטודירט די וויכטיגע פייער באקעמפונג פראצעדורן, אריינגערעכנט דעם צוגאנג צום ברענענדיגן אויטא, פארזיכערן די סצענע, באנעמונג מיט די וואסער ליניעס, פארלעשן דעם פייער, און זיכער מאכן אז אלע געפארן זענען פולקאם עלימינירט פאר’ן פארלאזן די סצענע.
די דאזיגע רעאליסטישע טרענירונגען זענען א וויכטיגער טייל פון האלטן די פייער וואלונטירן צוגעגרייט מיט די העכסטע שטאפל פון קענטעניס, פראפעשאנעליזם און צוזאמענארבעט, כדי צו קענען באשיצן די ווילעדזש איינוואוינער אין צייט פון נויט.
זאל דער באשעפער העלפן אז דאס השתדלות וואס מען טוט זאל אונז אלע היטן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען דערצו.
ואם ד’ לא ישמר עיר, שוא שקד שומר!
שמועס