עטליכע מאל אין יאר קומט פאר א ספעציעלע טרענירונג וואס ווערט אנגעפירט דורך די סטעיט אפיס אוו פייער פראטעקשאן אינאיינעם מיט די ארענדזש קאונטי פייער דעפארטמענט אויטאריטעט, זיכער צו מאכן אז אלע לאקאלע פייער דעפארטמענטס און די קאונטי באטאליאנס אין די מיוטשועל עיד פראגראם זענען דורכדרינגליך מיט זייער עקספערטיז און קענטעניסן מיט אלע סארטן פאמפ אפעראציעס, אז אויב עס מאכט זיך חס ושלום אן עמערזשענסי, זאל מען זיין באהאוונט מיט אלע פונקציעס און אלע פראטאקאלן וויאזוי צו באהאנדלען דעם פייער, סיי מיט'ן אטאקירן דעם פייער זעלבסט און סיי די mutual aid, וויאזוי צו ארבעטן איין דעפארטמענט מיט'ן צווייטן.

ווען דער mutual Aid פראגראם ווערט אקטיוויזירט, ארבעטן פארשידענע דעפארטמענטס אויף א סצענע ווי א גוט געשמירטער מאשין און ווי איין גרויסע פייער דעפארטמענט. צום ביישפיל, אז מען דארף ברענגען וואסער דורך טאנקירן און צו-טשעפען די פילע ריזיגע פייפ אפאראטן פון איין ענדזשין צום צווייטן, אריינצוציען פילע ליניעס אין די ברענענדיגע געביידע, און עקסטרע ליניעס צום לייטער טראק, עקסטער איז דא אפעראציעס צו די פייער היידראנטס, צו די פארטעבל וואסער באסיין, און צו די טאנקירן, א.א.וו.,

פיל מאל קומט אויס אז איין דעפארטמענט ארבעט מיט די טראקס און עקוויפמענט פון א צווייטע דעפארטמענט, דערפאר פעלט זיך אויס א דורכדרינגליכע טרענירונג צו זיין באהאוונט סיי מיט די אייגענע עקוויפמענט, סיי מיט די עקוויפמענט פונעם אנדערן, סיי אנצוהאלטן די קאמיוניקאציעס און דעם טשעין-אוו-קאמאנד ביי די סצענע, און נאך פיל פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס איז הונדערט פראצענטיגע מסודר און יעדער איינער איז גאר דורכדרינגליך באהאוונט מיט די אפעראציעס.

די גאר וויכטיגע טרענירונג איז פארגעקומען ביי די ארענדזש קאונטי פייער טרענינג סענטער, מיט די באטייליגונג פון די סטעיט און קאונטי אפישעלס, פילע דעפארטמענטס אין ארענדזש קאונטי, צווישן זיי די צוויי חרד'ישע פייער דעפארטמענטס אין די קאונטי, קרית יואל און סאוט בלומינג גראוו.

עס איז געווען א קידוש השם צו זען ווי חסיד'ישע אינגעלייט עוסקים בצרכי ציבור באמונה גיבן אוועק פון זייער טייערע צייט אויף א זונטאג, און מ'ארבעט האנט ביי האנט און מיט די אלגעמיינע פייער דעפארטמענטס מיט עקספערטיז און פראפעשאנעליזם אויפ'ן העכסטן שטאפל.

זאל דער באשעפער העלפן אז דאס השתדלות וואס מען טוט זאל אונז אלע היטן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען דערצו.

ואם ד' לא ישמר עיר, שוא שקד שומר