וואלונטירן פון די ווילעדזש פייער דעפארטמענט האבן דורכגעפירט אן עקסטענסיווע ״סטרוקטור פייער״ טרענירונג, וועלכע האט אויסגעשפילט א רעאליסטישע סצענע פון א הויז פייער, ווי מען האט שטודירט יעדע איינצעלהייט פונעם ערשטן דיספעטש רוף ביז פולקאם פארלעשן די פייער און פארענדיגן די גאנצע אפעראציע.
דורכאויס די טרענירונג האבן די ווילעדזש פייער וואלונטירן דורכגעפירט און פארבעסערט וויכטיגע פייער פראצעדורן אריינגערעכנט די פייער באקעמפונג פראצעדור, זוך און רעטונג פראצעדור, ווענטילאציע, אקאונטעביליטי אויף אנדערע פערסאנעל, “מעידעי” פראצעדורן, קאמיוניקאציע און קאמאנד אויף די סצענע, און די קארדינאציע פון אלע פייער געצייג, מאשינען און אפעראציעס.
די סארט רעאליסטישע טרענירונגען זענען א וויכטיגער טייל פון האלטן די פייער וואלונטירן צוגעגרייט מיט די העכסטע שטאפל פון קענטעניס, פראפעשאנעליזם און צוזאמענארבעט, כדי צו קענען באשיצן די ווילעדזש איינוואוינער אין צייט פון נויט.
זאל דער באשעפער העלפן אז דאס השתדלות וואס מען טוט זאל אונז אלע היטן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען דערצו.
ואם ד' לא ישמר עיר, שוא שקד שומר!
שמועס