א גאר וויכטיגע קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן ליל שישי, וואס איז פאררופן געווארן דורך די UJC, די ווילידזש, און די בלומינג גראוו פאליציי, אלס חובת השתדלות און צו זיין פרא-אקטיוו, און נישט ווארטן ביז ס'קומט חס ושלום צו א טראגעדיע, נאך די טרויעריגע געשעענישן וואס האט לעצטנס פאסירט.
ביי די אסיפה האט מען איבערגעשמועסט וויאזוי נאכמער צו פארבעסערן און פארשטערקערן די סעיפטי פראטאקאלן, און ווי אויך האט מען גרונטליך דורכגעטון א צאל קאמפלעינטס פון די לעצטערע חדשים איבער סעיפטי פארנאכלעסיגונגען, וואס איז א סכנה סיי פאר די קינדער וואס פארן אויף די באסעס, און סיי פאר די קינדער וואס ווארטן אויף די באסעס אדער זענען אויפ'ן ראוד.
די פאליציי מיט'ן באגאבטן אינסטראקטור מו"ה זלמן לייב אפפעל האבן אוועקגעשטעלט און איבערגעגאנגען די גאר וויכטיגע כללים פון סעיפטי און זיכערהייט און די רעגולאציעס ביים דרייוון די באסעס מיט די קינדער, און די פאליציי האט געמאלדן אז זיי וועלן אינפארסירן די סעיפטי רעגולאציעס מיט א שטייפע האנט.
די דרכי יושר פירמע האט אויסגעדריקט גרייטקייט און קאאפעראציע פאר די זיכערהייט פון די טייערע קינדערלעך.
מיר האפן אז מיט די השתדלות זאל מען האבן אויפגעטון, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין הזיקות און מכשולות און עס זאל מקוים ווערן די ברכה "כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך".
שמועס