דינסטאג, חמשה עשר באב, תשפ"ו לפ"ק

בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת הייבט זיך אן אצינד די מלאכת הבנייה פון שיכון צאנז זמיגראד אין די קעפיטאל הילל אומגעגנט, וואו דער ווילידזש האט שוין אפראווד דעם סייט פלען פאראיאר אום חודש אדר, און אצינד נאך וואס אלע פלענס פאר די סטרוקטורן זענען פארטיג געווארן פאנגט מען אן די סייט-ווארק צו עפענען דעם גראונד און אנפאנגען די מלאכת הבנייה.

בכדי שלא יבוטל התמיד, אז דאס בית המדרש וואס איז א תל תלפיות אין די וואכן און אין די שבתים און אז די תפילות און לעכטיגע טישן פון כ"ק אדמו"ר מ'צאנז זמיגראד שליט"א זאל קענען ווייטער אנגיין תמידין כסדרן, איז באשטימט געווארן אז צוערשט וועט מען בויען דעם נייעם בית המדרש המפואר משולב מיט די דירה פרטי ביתו נאוה קדשו פון כ"ק אדמו"ר מ'צאנז זמיגראד שליט"א, און נאכדעם וואס ס'וועט זיין כלול ומשוכלל און גרייט צום באנוץ, ערשט דעמאלטס וועט מען צונעמען די יעצטיגע שול.

דער ערשטער שטאפל וועט זיין צו אינסטאלירן דעם נייעם ראוד - צאנז זמיגראד לעין צו קענען אנקומען צום יעצטיגן ביהמ"ד ביז פענסילוועניע עוו., און נאכדעם וועט מען אנגרייטן די יסודות פארן נייעם בנין דארט וואו ס'איז אצינד דער יעצטיגער דרייוועי וואס ווערט באנוצט דורכן ציבור.

היינט דינסטאג, איז כ"ק אדמור מ'צאנז זמיגראד שליט"א וואס משכנו בתוכינו דורכאויס די זומער חדשים, פערזענליך געקומען אין באגלייטונג פון די ווילעדזש באאמטע זיך צו טרעפן אויפ'ן סייט מיט די בעלי מלאכה והעומדים על גבם צו איבערגיין די לעצטע דעטאלן איבערן נייעם בית המדרש המפואר שמשם תצא תורה ויראה און איבער דעם שיכון, דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר די קאנטראקטער ר' שמעון געלאנדויער פון שימי'ס ענטערפרייסעס און מו"ה יושע ביטמאן מחשובי העסקנים לכל קדשי בלומינג גראוו - טשערמאן פונעם זאונינג באורד, מבעלי הפירמא באקעט ענטערפרייסעס און פאר די אלע עסקנים וואס העלפן ארויס.

גדול יהיה כבוד הבית הזה לתפארת העיר, להרחיב גבולי הקדושה, להגדיל תורה ולהאדירה, ולנצח על מלאכת בית ה'.