אנגעהויבן פון די וואך וועט די ווילעדזש בעזהשי״ת דורכאויס די זומער וואכן אויפבעזעמען אלע גאסן וועכנטליך אין די פרייטאג פארטאגס שעות לכבוד שב״ק.

ביטע מאכט זיכער אז אייערע גארבידזש קענס זענען אריינגענומען און אז קיין שום אויטאס און אנדערע חפצים זענען נישט אויף די ראוד פארנט פון אייער הויז כדי אז די סוויפינג זאל קענען דורכגעפירט ווערן גרונטליך און געשיקט.

מיט דאנק פאר אייער קאאפעראציע פאר די ריינקייט פון די שטאט.

ווילעדזש דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס.