י פארגאנגענע וואך, האט די ווילעדזש באקומען א גרענט פון $250,000, צו בויען 3 טשארדזשינג סטאנציעס אינעם ווילעדזש, נאך וואס די ווילעדזש האט אריין געגעבן אן אפליקאציע פאר אזא סארט גרענט, וויבאלד עס טוט זיך פארמערן די צאל עלעקטרישע אויטאס דאהי, און עס איז פארהאן א פארלאנג ביים ציבור פאר עלעקטרישע טשארדזשינג סטאנציעס ספעציעל ביי ביזנעס צענטערן און ארבעטס פלעצער.

די 3 סטאנציעס וועלן זיין אויסגעשטאטעט מיט די גאר שנעלע טשארדזשינג סיסטעמען, ווי עס וועט נעמען בלויז 10-15 מינוט צו טשארדזשען די קאר צו קענען פארן נאך 100 מייל.

די פארקינג ערטער פאר די טשארזשינג סטאנציעס וועט אינסטאלירט ווערן ביי די נייע אויסגעברייטערטע פארקינג לאט ביי די סטאונגעיט ביזנעס צענטער וואס גייט אצינד געבויעט ווערן.