ווי דער ציבור האלט מיט איז דער פראיעקט ווידער פארשלעפט געווארן, ווי שוין נאך וואס מען האט אריבערגעצויגן די עלעקטרישע דראטן צו די נייע שטאנגען, האט זיך געמאכט א שטרויכלינג ווען די פירמע וואס פארפיגט איבער די אינטערנעט און פייבער-אפטיק ליניעס, איז איצטערט אין געריכט מיט די ניו יארק סטעיט טראנספארטאציע דעפארטמענט, נאך וואס זיי האבן שאדן געמאכט פאר די דעפארטמענט אויף אן אנדערע פראיעקט אין די סטעיט.
די סטעיט DOT האט פארבאטן די פירמעס פון Altice און Optimum וועלכע פארפיגן אויף די אינטערנעט ליניעס, צו דורכפירן סיי וועלכע ארבעט אויף סטעיט ראודס וואס דאס טוט אריינעמען דעם פראיעקט.
עס קומען פאר אין די טעג השתדלנות, אז מען זאל מאכן אן אויסנאם אין דעם פאל, אדער זאל די סטעיט פארשלאגן א יוטיליטי פירמע וואס זאל עס רוקן ווי פארשטענדליך מיטן הסכם פון די פירמעס, ווי מיר האפן אז עס וועט געשליכטעט ווערן ווי אמשעלסטנס, אבער דערווייל איז די פראיעקט אויף אפהאלט צוליב די לעצטע עטליכע דראטן וואס זענען נאכנישט געריקט געווארן, וואס ברויך ווערן געטאן בכדי מען זאל קענען ענדיגן רוקן די לעצטע צוויי שטאנגען.
מיר וועלן האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.
שמועס