תושבי בלומינג גראוו דערפרייט צום ווידער-עפענונג פונעם ״מינטליעף״ געשעפט

ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן אין די לעצטערע מאנאטן, די פולע שוועריגקייטן וועלכע איז אריבער ארום די געשעפט, סיי אין די מאנאטן ווען דער געשעפט איז געווען קווארטירט אין די טענט, ווען דער בעל הבית מו״ה יואל ראטה ני״ו האט זיך איבערגעשטרענגט מיט זיין לב טוב, שלא יבוטל התמיד, צוצושטעלן א גראסערי פאר די אייוואוינער וועלכע איז באמת נישט אנגעקומען לייכט, בכמות ובאיכות, פיזיש און פינאנציעל, אבער ר׳ יואל איז באמת ארויס פון זיין וועג, צוצושטעלן פאר׳ן ציבור מער ווי די יושר׳דיגע קאסטומער סערוויס צו די באקוועמליכקייט פון די קונדן.
דאס איז שוין אין צוגאב, צו די פילטעטיגע חסד וואס ר׳ יואל טוט אלס לטובת הציבור בהצנע לכת ובחפץ לב. אנגעהויבן מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר די וועכנטליכע שבת פעקלעך וועלכע ווערן ארומגעשיקט צו צענדליגע פאמיליעס עניי עירנו, ווי אויך די פולע ווערטליכע קיופאנס, וועלכע ווערט ארומגעשיקט בעפאר די ערבי ימים טובים ספעציעל פאר די בלומינג גראוו קונדן, צו קענען באקומען ״דיסקאונטס״ פאר יום טוב.
אלזא, יעצט ווען מען גרייט זיך צו ווידער-עפענען די גראסערי, קוקט דער עולם ארויס מיט שפאנונג צום גליקליכן טאג, ווען ר׳ יואל וועט ווידעראמאל עפענען די גראסערי לשם ולתפארת ולתהילה, ווי דער געשעפט איז פיל מער שענער און מער צוגעשטעלט ווי בעפאר, מיט א פארברייטערטע עסן דעפארטמענטס, מילכיג, פליישיג און פארווע ווי אויך א צוגעשטעלטע ווארימע נאכטמאל צענטער און א פיש לאקאל, צו קענען קויפן פרישע פיש לכבוד שבת קודש, דורך די בארימטע ר׳ פישל׳ס פיש מיקירי תושבי עירינו.
עס וועט זיין צוגעשטעלט פיל מער פארקינג-ערטער ווי בעפאר, אקעגן איבער די געשעפט אויף מענדזשין ראוד און ווי אויך איז אצינד צוגעבויעט א ספעציעלע גלאזערנע פארצימער פארענט פונעם געשעפט, וועלכע וועט האלטן דעם ארום זויבער, שענער און באקוועמער צו די באקוועמליכקייט פון די קונדן און פאר די בייפארער, ספעציעל דורכאויס צייטן פון רעגן און שווערע וועטערס.
מיר טוען איצטערט וואונטשן פאר ר׳ יואל, אינעם נאמען פון אלע איינוואוינער, פיל הצלחה וברכה וסייעתא דשמיא. השם יתברך זאל אים באצאלן פאר אלע זיינע גוטע טאטן און פאר אלע זיינע צדקה וחסד און ער זאל שטענדיג זעהן אך טוב וחסד, שפע ברכה רבה והצלחה בכל הענינים וחפץ ד' בידו יצליח!



Discussion