פראדוקטיווע פעולות אפצוהיטן נייע סטאונגעיט פארק לויט גדרי צניעות

ווי באריכטעט אין די פארגאנגענע וואכן, אויף די ווילעדזש פלאטפארמעס, גרייט זיך דער ווילעדזש צו בויען די נייע ״סטאונגעיט פארק״ אין די קומענדיגע וואכן בשטו״מ.
אזויווי דער נייע פארק איז קווארטירט גאר נאנט צו דער פובליק שווים-באסיין, וועלכע באלאנגט צו דער עידזש.או.עי. פון די טענעזשער אפארטמענטס, האבן די יו.דזשעי.סי. עסקנים זיך פארבינדן מיט די פירערשאפט פון די טענעזשער דעוואלאפמענט צו דיסקוסירן וואס מען קען טאן צוליב די געמישטע שווים-באסיין, וועלכע איז נישט געבויעט לויט די גדרי צניעות.
דער זיצונג איז געווען גאר פראדוקטיוו, ווי די עסקנים שיחיו און די טענעזשער פירערשאפט האבן זיך אויסגעקומען מיט א שטארקע פארשטענדעניש אפצוהיטן די רעליגיעזע שטעלונגען פון די היימישע איינוואוינער פונעם ווילעדזש. די פירערשאפט האט איינגעשטימט צו בויען א ספעציעלע צוים פון גראז, וועלכע וועט ארומנעמען דעם באסיין פון אלע זייטן, אויף זייער אייגענע קאסטן.
דאס ברענגט נאכאמאל ארויס דעם כח השתדלנות פון די יו.דזשעי.סי. עסקנים, וועלכע זענען אייביג אויף די פראנט-ליניעס, זיכער צו מאכן און איינצוהאנדלען אלע עסקנות לטובת הציבור!
ענדגילטיגע טענות אקעגן וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט געשיקט צום העכסטן אפעלאט געריכט

בשעה טובה ומצלחת, האט יו.דזשעי.סי. די וואך אריינגעגעבן די ענדגילטיגע טענות צום אפעלאט געריכט, אקעגן די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט, פארלאנגענדיג אז די דיסטריקט ברויכט צושטעלן טראנספארטאציע, פאר די פריוואטע שולעס פאר עקסטרע צוואנציג טאג וואס די מוסדות זענען אפן אבער די סקול דיסטריקט איז פארמאכט.
דער קעיס, וועלכע ציהט זיך שוין פאר איבער צוויי יאר פון איין געריכט צום אנדערן, איז ענדליך געווארן אנגענומען אין די העכסטע אפעלאט געריכט די פארגאנגענע ווינטער און פאלגענד האבן מיר אריינגעשיקט אונזערע טענות, וועלכע טוט אנטהאלטן א דאקומענט פון נאנט צו הונדערט זייטן. די טענות זענען ערווארטעט צו ווערן אויסגעהערט אין געריכט אין סעפטעמבער, ווען דאן וועט דער געריכט אויך געבן א געלעגנהייט צו הערן די טענות פון דער צד שכנגד.
בעזרת השם יתברך האפן מיר צו געוואונען די פאלגענדע קעיס אין געריכט, וועלכע וועט בעזהשי״ת שפארן יערליך, שווערע טויזנטער דאלאר פער משפחה אין בלומינג גראוו, וואס שיקן זייערע קינדער אין די היימישע מוסדות התורה. ובשם השם נעשה ונצליח!
זעהט דעם פולע דאקומענט (https://drive.google.com/file/d/1_8I9RoDYok6KoFxsTE3m7-fG5ANjRJE2/view?usp=share_link)
ולפני עור לא תתן מכשול!

עס איז געקומען צו אונזער אויפמערקזאמקייט, איבער מערערע פעלער ווי מענטשן האבן געקויפט הייזער אינעם ווילעדזש, אבער אומוויסנדיג איז געווען אויף דער פראפערטי א ״דיד רעסטריקשאן״ אדער אן ״איזמענט״, וואס גייט שוין צוריק צענדליגע יארן, וועלכע ערלויבט נאר צו בויען איין הויז אויף די פראפערטי. אין די לעצטערע טעג, האבן מיר זיך אנגעטראפן מיט מערערע פון אזעלכע פעלער, ספעציעל אין די ווארלי הייטס און אין די פיין הילל/האוטארן געגענטער.
התורה חסה על ממונם של ישראל! אלזא, בעפאר איר שליסט א מקח אויף א נייע פראפערטי, איז ראטזאם איבערצושמוסען און זיכער צו מאכן מיט אייער אדוואקאט, אז די הויז האט א קלארע ״טייטעל״ און טראגט נישט קיין רעסטריקשאנס, כאטש צומאל, האבן שוין די רעסטריקשאנס אפגעלאפן, אבער צומאל האט עס נאך האפט, זייט פארזיכטיג און איר וועט זיך דערמיט אפשפארן גרויסע געלט שאדנס.
שבת שלום ומבורך!
Discussion