אין די איצטיגע טעג שיקט די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט ארויס זייערע יערליכע נאטיצן פארן ציבור אז מען זאל אריינשיקן די רעגיסטראציע פאפירן, סיי פון די תלמידים ותלמידות וואס זענען שוין אין סקול, צו נאכאמאל אפלייען פאר טראנספארטאציע פאר די קומענדיגע סקול יאר פון 24׳ 25׳ למס׳ און ווי אויך אז מען זאל אריינשרייבן די פריש-געקומענע קינדער.

די יו. זשעי. סי. וועט בעזהשי״ת אזויווי אין די פארגאנגענע פיהר יארן, כולם שוים לטובה איינשרייבן אלע קינדער פון דאהי אין בלומינג גראוו, פון אלע מוסדות התורה, פאר טראנספארטאציע פונעם סקול דיסטריקט.

איר ברויכט גארנישט אריינשיקן אדער אויספילן, מיר וועלן אלעס מסדר זיין אזויווי ביז אהער, צו אייער באקוועמליכקייט.

אויב ברויכט איר אבער איינשרייבן א קינד וואס גייט ווערן פינף יאר די איצטיגע סקול-יאר בעפאר סעפטעמבער, וועלכע איז נאכנישט געווען בעפאר אין די מוסדות אדער מיידל סקול, דאן ברויכט איר יא אריינשיקן די אינפארמאציע וואס ווערט געבעטן, אבער נאר פאר די פרישע קינד וואס גייט גיין אין חדר אדער סקול.

ובשם ד' נעשה ונצליח