דעם פארגאנגענעם מיטוואך, איז פארגעקומען דער פארהער ביי די פערטע אפעלאט געריכט אין אלבאני, וועלכע איז די העכסטע אפעלאט געריכט אין ניו יארק סטעיט, בנוגע די אנגייענדע קעיס צווישן די יו. דזשעי. סי. און די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט איבער די צוואנציג טעג פון חגאות וואס די מוסדות התורה זענען אפן און די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט שטעלט נישט צו קיין טראנספארטאציע.

עס האבן אויפגעטרעטן דער באגאבטער אדוואקאט וואס טוט פארטרעטן די יו. דזשעי. סי. אינטערעסן, ווי ער האט פארגעלייגט די טענות, און עס האבן אויפגעטרעטן אן אדוואקאט פון די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט, וועלכע האט פארגעלייגט די טענות פונעם סטעיט, און דאן האט אויפגעטרעטן דער אדוואקאט וואס פארטרעט די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט מיט זייערע טענות דערקעגן.

דאן האט די געריכט געבעטן די יו. דזשעי. סי. אדוואקאט, צו אפענטפערן די טענות מצד די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט און די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט און מיט דעם האט זיך די סעסיע געשלאסן.

די ריכטער האבן אויסגעפרעגט ביידע צדדים און עס איז געווען קענטליך אז זיי האבן זיך היפש פאראינטערסירט און דורכגעגאנגען די נושא גרונטליך.

עס איז ערווארטעט צו באקומען אן ענדגילטיגער באשלוס פונעם געריכט אין די קומענדיגע וואכן ביז ענדע יוני למספרם.

דער באשלוס וועט נישט קענען אפעלירט ווערן.

וזכות רבינו הקדוש זי"ע יגן בעדינו שחפץ ד' בידינו יצליח, ויוציא לאור דיננו למען צאן קדשין ותינוקות של בית רבן.

ובשם השם נעשה ונצליח!