מיר ווילן מודיע זיין דעם חשוב׳ן ציבור, אז בשעה טובה ומוצלחת האבן מיר די וואך רעגיסטרירט אלע תלמידים ותלמידות פון אלע דריי מוסדות התורה אין קרית יואל פאר טראנספארטאציע סערוויסעס פונעם וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט פארן נייעם סקול יאר למספרם 2024-2025.

צו די זעלבע צייט, ווילן מיר דערמאנען אלע עלטערן וואס שיקן פרישע קינדער, וואס וועלן זיין אין עלטער פון פינף יאר פאר דעצעמבער 1, אדער עלטערן פון קינדער וואס האבן זיך אריינגעצויגן דאהי אין די פארגאנגענע יאר און זענען נאך קיינמאל נישט געווען רעגיסטרירט פאר טראנספארטאציע בעפאר, זאלן זיך רעגיסטרירן ווי אמשנעלסטנס.

מען קען אפנעמען רעגיסטראציע פאפירן ביי די יו.דזשעי.סי. הויפטקווארטיר, אויף 29 מעריוואלד לעין סאוט, אדער אין ווילעדזש האלל אויף 811 רוט 208.

דער רעגיסטראציע דעדליין איז מאנטאג שמיני, ולמספרם אפריל 1.

ובשם השם נעשה ונצליח!