דעם קומענדיגן דינסטאג, ולמס׳ מאי 21, קומט פאר די וואלן בנוגע די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט בודזשעט, ווי די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט טוט נאכאמאל העכערן דעם בודזשעט מיט 4.7 מיליאן דאלער, וואס דאס וועט זיין א העכערונג אין סקול-טעקס פון 3.27 פראצענט, פאר אלע איינוואוינער.
דאס קומט טראץ נאך וואס די לעצטע זעקס יאר האט די סקול דיסטריקט בכלל נישט צוגעלייגט קיין נייע סטודענטן צו זייער ענראולמענט, נאר פארקערט, זייער סטודענט ראַסטער שרינקט איין און גייט צוביסלעך אראפ.
עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז מיט די היי יעריגע שטייער העכערונג, האלט מען שוין זינט תשע״ט ביי דרייסיג מיליאן דאלער קאלעקטיוו וואס די סקול דיסטריקט האט געהעכערט שטייערן פאר די איינוואוינער פונעם דיסטריקט.
עס איז אויך וויכטיג אנצומערקן, אז צו די זעלבע צייט, איז די מאנראו וואודבארי סקול דיסטריקט וועלכע האט דאפלט די סכום פון סטודענטן און זייער בודזשעט איז היפש ווינציגער פער סטודענט ווי וואשינגטאנוויל, און איז פיל בעסער באלאנסירט.
ווי אויך טוט דער מאנראו וואודבארי סקול דיסטריקט אינגאנצן הייבן דעם בודזשעט פונעם קומענדיגן סקול יאר מיט נאר 1.78 פראצענט, אין די צייט וואס די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט טוט דאס הייבן מיט מער ווי דאפלט פראצענט פון זיי.
דאס אלעס קומט שוין נאכדעם וואס אחינו בני ישראל תושבי עירינו לאזן איבער א גרויסע סורפלאס אין די קאסע פון די סקול דיסטריקט ווען דער עולם באצאלט שטייער און טוט נישט ניצן רובא דרובא פון זייערע סערוויסעס, אויסער טראנספארטאציע. דאס איז אויך אין די זעלבע צייט וואס די סקול דיסטריקט זיצט אויף איבער דרייסיג מיליאן דאלער אין רעזערוו פאנדס אין די קאסע.

Discussion