צו אחי ורעי, די רעדאַקציע פון דער "שטימע", הע"י.
ביטע אַריינשטעלן מיינע קורצע שורות, מיט אַ פּערזענליכע אַנעקדאָט וואָס כ'האָב ממש לעצטנס מיטגעהאַלטן וואָס דוכט זיך אַז דאָס גיט אַסאַך חיזוק פאַר אונז אַלע, תושבי עירינו המעטירה.
אין די פאַרגאַנגענע וואָך בין איך געווען אונטערוועגנס מיט אַ פליגער. מיר האבן געמאַכט אַ קורצן אָפּשטעל אין דעם וואַרשא לופטפעלד און אַזוי שטייענדיג אין דעם עירפארט, וואַרטנדיג אויף אַ קאנעקטינג פלייט, קומט צו מיר צו אַ היימישער איד פון אַן אַנדערע קרייז און אן אַנדערע געגנט, וועמען איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געטראָפן בעפאָר. דער איד פרעגט מיך: "איר זענט דער דעפּיוטי מעיאָר פון בלומינג-גראָוו ?". וואַרשיינליך האָט ער מיך דערקענט פון די צייטונגען וועלכע לייגן אַריין בילדער פון די ווילעדזש נייעס....
ווען איך האָב אים באַשטעטיגט אַז יאָ דאָס בין איך, זאָגט מיר דער איד: "מיין השערה איז אַז די ערשטע פּלאַץ וואו משיח וועט אָנקומען וועט זיין אין אייער שטעטל, אין דעם ווילעדזש אָוו סאַוט בלומינג- גראָוו, ווייל דאָרט איז די איינציגע פּלאַץ וואו ס'איז דאָ אַזויפיל אחדות..."
דוכט זיך אַז אַזעלכע ווערטער געבן אונז אַ געוואַלדיגע דאָזע פון התחזקות צו ווייטער אָנגיין מיט דער עבודת הקודש און הרחבת גבולי הקדושה, אָפּגעזען פון אַלע העצערייען פון אונזערע "גוטע פריינד" וואָס זאָרגן זיך כסדר אַזוי שטאַרק פאר אונזער וואוילזיין... ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר, מיט'ן כח האחדות און מיט'ן כח הרבים.
און אַז מ'האַלט שוין דעם שופר אין דער האַנט... דארף דאָ באַגריסט ווערן בשער בת רבים די הערליכע אונטערנעמונג וואָס ווערט אין די יעצטיגע טעג איינגעפעדעמט דאָ אין שטאָט און איך האָב ב"ה די זכי' צו האָבן אַ חלק דערינען, אינאיינעם מיט די אַנדערע גוטהאַרציגע אידן.
דאָס איז דער מפעל החסד "עונג שבת ויום טוב" שע"י יו. דזשעי. סי. וואָס וועט בעז"ה פאַרטיילן יעדע וואָך ברייטהאַרציגע שבת און יום טוב פּעקלעך פאר באַדערפטיגע תושבי העיר, וואָס דאָס ברענגט דאָס שענסטע אַרויס די הערליכע מדת החסד והאחדות פון אונזער שטאט אויף אַזא הערליכן פאַרנעם.
האָב איך געקלערט אַ פּאַסיגע רמז אַז דאָס וואָרט "שובע" איז ראשי תיבות ע'ונג ש'בת ו'יום טוב ב'לומינג-גראָוו... און ס'איז זיכער אַז דער גרויסער זכות וועט טאַקע משפּיע זיין אַז ס'זאָל זיין "לשובע ולא לרזון", פאר אַלע אידישע קינדערלעך.
כעתירת וברכת, אברהם משה הכהן ווייס
דעפּיוטי מעיאָר
Discussion