דעם פארגאנגענעם מיטוואך, האט זיך בשטו״מ געעפנט אויף א באשיידענעם, אבער אויף א גאר בא׳חנ׳טן פארנעם די מצה בעקעריי פון קהל תורת מרדכי ד׳וויזניץ.
די מצה בעקעריי ווערט אנגעפירט בראשות הגה״צ אב״ד ור״מ וויזניץ שליט״א.
עס איז געווען א הערליכע סצענע צו צוזעהן וויאזוי מצות ווערן געבאקן צום ערשטן מאל דאהי אין שטאט מיט אן ריכטיגן חסיד׳ישן טעם און אן אלט פארצייטישן חן.
די מצה בעקעריי וועט בעזהשי״ת האבן חבורות, און ווי אויך וועט עס זיין אפן ערב פסח הבעל״ט, פאר חברי קהילת וויזניץ.
ילכו מחיל אל חיל!

Discussion