חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה, שנאמר ואהבת את ד׳ אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך.
(משניות מס. ברכות)

דערמיט ווילן מיר מודיע זיין דעם ציבור אז דער העכסטער אפעלאט געריכט האט היינט דאנערשטאג געאורטיילט אז דער וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט ברויך נישט צושטעלן קיין טראנספארטאציע פאר די קינדער וואס לערנען אין די מוסדות התורה אין די 21 טעג וואס דער סקול דיסטריקט איז פארמאכט.

מאתו לא תצא הרעות ח״ו, מיר האבן אריין געלייגט אין דעם קעיס אסאך יגיעה, דמים תרתי משמע, ווי עס איז אריין שווערע געלטער ביז צום לעצטן מינוט, אבער דאס איז דער רצון הבורא און עס איז זיכער בלויז לטובה.

וְאַתָּה אָמַרְתָּ הֵיטֵב - אֵיטִיב עִמָּךְ!

גם זו לטובה!

ובשם השם נעשה ונצליח!