ווי באריכטעט אין די פארגאנגענע וואכן, האט די יו. דשעי. סי. זיך אריינגעלייגט צו מסדר זיין די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט מאכינאציע, ווי די סקול דיסטריקט האט פרובירט זיך ארויסצודרייען פון צושטעלן די שטייער באצאלטע און בארעכטיגטע טראנספארטאציע פאר תושבי בלומינג גראוו שיחיו.
די עסקנים האבן די פארגאנגענע דאנערשטאג פרשת כי תבוא, בשעה טובה ומצלחת באקומען דעם ענדגילטיגן ענטפער פונעם סקול דיסטריקט אז די יו. דזשעי. סי. ליסטע פון אלע תלמידים ותלמידות פון דאהי אין שטאט, וועלכע מען האט אריינגעגעבן דעם פארגאנגענעם מערץ 15 למס׳, זענען פולקאם רעגיסטרירט.
אין די זעלבע צייט טוען מיר אייך דערמאנען, אז די ליסטע טוט אנטהאלטן בלויז די קינדער פון פינף יאר און העכער און ווען אייער קינד ווערט פינף יאר אלט, ברויכט איר קאנטאקטן דעם סקול דיסטריקט צו רעגיסטירן דעם קינד.
ובשם השם נעשה ונצליח!
Discussion