די פארגאנגענע מיטוואך פרשת בראשית, האבן זיך צוזאמגעזעצט די יו. דזשעי. סי. באורד מעמבערס, איבערצוגיין און אויסצושמועסן א גאר ברייטע וויזיע און אגענדע פאר היי יאר תשפ״ד הבא עלינו לטובה.

ביים זיצונג איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע אינציאטיוון וואס די יו. דזשעי. סי. פלאנירט בעזרת השם ובשעה טובה ומצלחת דורכצופירן דעם יאר, לטובת ולהנאת אנשי שלומינו תושבי העיר.

צווישן אלע פונקטן, איז געווארן אויסגערעדט די גאר הויכע שטייער ראטעס פון די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט און וואס עס קען געטאן ווערן דערוועגן. ווי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט דאס אוועקשטעלן און איינפעדימען אן אפיס וואס זאל צושטעלן פילצאליגע סאושעל סערוויסעס פאר דעם ציבור אחינו בני ישראל דאהי אין שטאט.

עס איז אויך באשטימט געווארן דעם דאטום פאר די בעפארשטייענדע יו. דזשעי. סי. וואלן, וועלכע קומט פאר יערליך צווישן די מאנאטן פון חשון-כסלו. עס איז באשטימט געווארן אז די וואלן וועלן פארקומען בעזהשי״ת ליל שישי פרשת ויצא, נאוועמבער 23 למס׳, אין די יו. דזשעי. סי. הויפטקווארטיר.

פאלגט נאך עקסטרע מודעות בנוגע די וואלן און וויאזוי צו מעלדן אייער קאנדידאטור אויפן יו. זשעי. סי. באורד.

ובשם השם נעשה ונצליח!