בשעה טובה ומצלחת, איז נעכטן, ליל שישי, איינשטימונג אפגעשטימט געווארן דורך דער וואשינגטאנוויל סקול באורד, צו ערגענצן די לעצטער שטאפל פון אריבער טראנספערירן דעם טראנספארטאציע קאנטראקט ביי די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט פון די אראנדזש טראנזיט באס פירמע, צו די היימישע דרכי יושר באס פירמע.

עס איז מיט די שריט איבערגעמישט געווארן א פראבלעמאטישער בלעטל דאהי אין בלומינג גראוו און בעזהשי״ת וועט דער נייע עפאכע פון היימישע טראנספארטאציע זיין פיל מיט השראת השכינה, הצלחה און סייעתא דשמיא וכל טוב.

פאלגט נאך די מודעות פון דרכי יושר פאר ווייטערדיגע מעלדונגען.

ובשם השם נעשה ונצליח!