התורה חסה על ממונם של ישראל: דער טאון האט אין די לעצטיגע טעג אויפגענומען א ספעציעלע שטאב נאכצוגיין אלטע אומבאצאלטע טיקעטס פון די בלומינג גראוו פאליציי און די קאורט, און צו אינפארסירן מיט פענעלטיס און געלט שטראפן מיט צינזן.
אלזא, טוען מיר מודיע דעם ציבור באצייטנס מסדר צו זיין אלע אויסשטייענדע טיקעטס ווי אמשנעלסטנס, וויבאלד דער טאון האט שוין אנגעהויבן ארויסשיקן בריוון און שטראפן.
אויב ווילט איר פיילן אן עקסטענשאן פארבינדט אייך מיט די קאורט:
845-496-7631
BloomingGroveTownCourt@nycourts.gov
אייער טאון קאונסילמאן,
אלימלך שמשון שווארץ
Discussion