ווי מען גייט אריין אין דעם זומער סעזאן, ווילן מיר דערמאנען די איינוואוינער צו האלטן די פראפערטיעס ריין, בנוסף פון איבערן יאר, איז ספעציעל אין די זומער מאנאטן זיכער צו מאכן אז די גראז ווערט געשניטן און אז אייער פראפערטי און אלעס ארום איז ריין און צוזאמגענומען, צו פארבעסערן און אנהאלטן די ריינקייט און "קוואליטעט אוו לייף", פאר אייך זעלבסט, פאר אייערע שכנים און פאר די גאנצע שטאט.
אויך איז גאר וויכטיג פאר די ריינקייט פון די שטאט און נאכמער פאר די זיכערהייט פון די קינדער וואס שפילן אויף די גאסן, אריינצונעמען די מיסט קאסטנס תיכף נאכן פיקאפ, מיסט קאסטנס אויפן ראוד איז א "בליינד ספאט" פאר דרייווערס ווען מען קען נישט זען אויב עס איז דא קינדער אונטער דעם.
עס וועלן ארומפארן ״קאוד ענפארסמענט״ באאמטע יעדע וואך צו אינפארסירן די ריינקייט.
מיט פארשטענדעניש
דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס
שמועס