אין די קומענדיגע חדשים וועט די או. ענד אר. יוטיליטי פירמע ענדליך אנהייבן די ארבעט פון אינסטאלירן די לאנג ערווארטעטע סטריט לייטס איבער די שטאט.

די ארבעט וועט זיך אנהייבן צום ערשט אין די ווארלי הייטס און די לעיק שאור געגענטער, ווי עס איז שוין פארהאן עלעקטרישע זוילן, אויף וואס די סטריט לייטס וועלן ווערן אינסטאלירט.

ערשט דערנאך וועט די או.ענד אר. פירמע ארבעטן אויף די קעפיטאל הילל געגנט, ווי עס איז פארהאן נייערע עלעקטרישע איינריכטונגען וועלכע לויפן אונטער די ערד אן קיין זוילן, עס וועט נעמען נאך עטוואס צייט ביז ווילאנג די או.ענד אר. פירמע וועט ארויפלייגן די זוילן און דאן וועלן זיי קענען ענדגילטיג ארויפלייגן די סטריט לייטס.

ולכל בני ישראל היה אור במושבותם!