אל מע"כ די רעדאַקציע פון דער שטימע הע"י.
מיט אַ צייט צוריק, פאַראַיאָר זומער, איז געוואָרן געמאָלדן אַז דער היזיגער ווילעדזש האָט ערהאַלטן גרענטס צו אינסטאָלירן סטריט לייטס און עלעקטערישע באַלייכטונגען דורכאויס אַלע אינטערסעקשאָנס פון די אינעווייניגסטע געסלעך אינערהאַלב אַלע דריי געגנטער דאָ אין שטאָט.
למעשה איז שוין אַריבער אַ שיינע עטליכע חדשים און דערווייל זעט מען נישט קיין פּראַגרעס אין דעם הינזיכט. וואָלט איך געוואָלט פרעגן אויב מען קען מיטטיילן וואָס דער אָפּהאַלט איז און וואָס איז טאַקע די סטאַטוס פון דעם פּראָיעקט.
אַ דאַנק פאַר'ן אַריינשטעלן מיין אָנפראַגע און אַ דאַנק למפרע פאַר אייער ענטפער.
(-)
אַנטוואָרט פון דעם ווילעדזש:
ווי איר האָט ריכטיג געשריבן האָט די ווילעדזש טאַקע באַקומען, בחסדי השי"ת און נאָך אַסאַך שתדלנות מיט די פּאַסיגע קשרים, צוויי באַזונדערע גרענטס, פון 75 טויזנט דאָלער יעדע גרענט באַזונדער, וואָס וועט ערמעגליכן צו באַלייכטן די גאַסן דאָ אין שטאָט.
עס האָט זיך אָבער געפאָדערט אַ לענגערע ביוראָקראַטישער פּראָצעדור צו צאַמשטעלן ביידע גרענטס, אַז ס'זאָל אָנקומען ווי איין גרויסע פאַראייניגטע גרענט, ווייל אַזוי אַרום האָט מען נישט געדאַרפט ארויספרייזן די אַרבעט צוויי מאָל לויט די פאָרשריפטן פון די גרענטס. אָט די קאָמפּליצירטע פּאַפּיר ווארק און אַרבעט האָט גענומען עטליכע חדשים ביז ס'איז ב"ה ערגענצט געוואָרן אויפ'ן בעסטן אופן.
דאַן ווי עס איז דער שטייגער ביי סיי וועלכע אַנדערע גרענט גייט אַצינד דער גרענט אַריבער אַ דורכדרינגליכע איבערזיכט, אן 'אודיט', דורך די DASNY קאמיטע, וואָס פאַרפיגט צו געבן זייער אויטאָריטעט אויף די גרענטס פון ניו יאָרק סטעיט. זיי טוען פאַרזיכערן אַז די פּרייזן זענען ריכטיג און קראַנט און דער פּראָדוקט איז טאַקע גוט און אויסגעהאַלטן, הערשט נאָכדעם שענקן זיי זייער ענדגילטיגע עפראוול צו אינסטאָלירן די סטריט לייטס.
דאָס אַלעס האָט אויפגעהאַלטן דעם פּראָצעדור ביז יעצט. אַצינד האַלט מען שוין ב"ה ביים פיינל שטאַפּל פון דעם 'אוידיט', וואָס האָפנטליך נאָכדעם וואָס דאָס וועט זיין פאַרענדיגט על צד היותר טוב, וועט מען קען צוטרעטן צו די פאַקטישע אַרבעט פון באַשטעלן דעם פּראָיעקט און אָנהויבן די אינסטאלאציע פון גאַסן לעמפּ בחוצות וברחובות קריה, בשעה טובה ומצלחת! ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם!
Discussion