די צענדליגער בחורי חמד, תלמידי ישיבה תורת צבי ד'ספּינקא, בתוככי עירינו המעטירה, האָבן דעם פאַרלאָפענעם שב"ק וארא העעל"ט, שבת מברכים שבט, געהאַט די זכי' צו מיטלעבן אַ געהויבענעם לעכטיגן שב"ק בצלו פון רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספּינקא שליט"א, וועלכער איז ספּעציעל געקומען צו פאָרן לעשות את השבת בקרב תלמידיו אין דער היכל הישיבה.
דער ספּינקער רבי שליט"א איז ערשינען אין ישיבה פרייטאָג ערב שב"ק, וואו די טייערע תלמידי הישיבה זענען געזיצן און געלערנט אַלס אַ הכנה דרבה צום גרויסן שבת. ווירקליך איז דער גאַנצער סידורו של שבת, מיט די געהויבענע תפלות ועריכת השלחנות בצל הקודש, פאַראיבער אַלס אַ חטיבה אחת פון התרוממות הנפש מבואו ועד צאתו, ווען ס'האָט זיך געשפּירט ביי אַלעמען דער "כל מקדש שביעי כראוי לו" מיט'ן הייליגן ספּינקער נועם קדושת השב"ק.

דער הויכפּונקט פון דעם שב"ק איז געווען במוצאי יום מנוחה ווען ס'איז געפּראַוועט געוואָרן דער גרויסאַרטיגער מסיבת מלוה מלכה נהדרה, לרגל דעם פריידיגן מאָמענט ווען מען האָט זוכה געווען לברך על המוגמר און מחנך זיין די מקוה מפוארה אין דעם בנין הישיבה.
ביי דעם הערליכן מסיבת מלוה מלכה האָבן זיך באַטייליגט אַ שיינער ציבור תלמידים וחסידים, רבנן ותלמידיהון, וואו מען האָט האט געהערט דעם דבר הישיבה דורך דעם ראש הישיבה, פה מפּיק מרגליות הרב מרדכי הערש שפּיצער שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספּינקא שליט"א האָט משמיע געווען ברכות קודש, אַרויסברענגענדיג די געוואַלדיגע קורת רוח לטובה ביים צוזען אַזאַ וואונדערליכע הרבצת התורה פון דער ישיבה הק' וואָס שטראַלט און שמ'ט אַלס אַ פנת יקרת אין אונזער הייליגע שטאט בלומינג גראָוו. ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה!
דער לעכטיגער שבת בצל קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועט פארבלייבן לאַנג איינגעקריצט בטעם העליון ביי די תלמידי הישיבה וועלכע האָבן געהאַט די זכי' דאָס צו מיטלעבן ולהתחמם לאורו, וואָס די שפע קודש וועט געוויס אָנהאַלטן לימים רבים.
Discussion