אין די פארגאנגענע וואכן איז דער ווילעדזש ״שאטעל״ טראנספארטאציע פראגראם געלייגט געווארן אויף פויזע, צוליב וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס איז נאך איבער א יאר פון אפערירן דעם פראגראם, און טראץ פילע פארבעסערונגען, צוגעלייגטע שעות און סקעזשועל טוישונגען נאכנישט פארהאן גענוג רייזענדע אויף די שאטעל, אז עס זאל זיך קענען אויסהאלטן פון זיך אליין און מען האט יעדע איינציגע וואך געברויכט צולייגן גרויס געלט צו קענען אנגיין מיטן סערוויס.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דער שאטעל האט דערווייל אפערירט מיט פאנדינג פונעם בודזשעט אנע עקסטערע פראגראמען וואס דאס איז א גרויסער פינאנציעלער לאסט פאר די שטייער צאלער.

דער ווילעדזש ארבעט שוין פאר א שטיק צייט ארויפצוגיין אויף די ״טראנזיט אראנדזש״ פראגראם, וועלכע ברענגט פאנדינג פון די סטעיט און די קאונטי, צו דעקן דעם גרעסטן טייל פון די שאטעל בודזשעט, און די איבריגע אויסגאבן דארף זיך דערנאך קענען אליינס דעקן פון איינקונפט פון די רייזנדע, אבער ארויפצוגיין אויף דעם פראגראם איז א לענגערע ביוראקראטישע פראצעדור, און די ווילעדזש קאנסולטאנטן גיבן איבער אז דאס קען נאך נעמען זעקס מאנאטן ביז עס וועט ווערן הונדערט פראצענטיג מסודר און די פאנדן וועלן אנהייבן אריינקומען.

ווי מיר שטייען אצינד אין דעם בודזשעט סעזאן, און מען מאכט דעם יערליכן דין וחשבון אפצושפארן יעדן לעצטן דאלער און צענט, שטעלט זיך ארויס אז דער שאטעל איז לעול ולמשא און איז א איבריגע לאסט פון עטליכע הונדערט טויזנט דאלער א יאר פאר די ווילעדזש שטייער צאלער, און איז באמת נישט קיין יושר אז דער ציבור זאל דאס דארפן טראגן, ווען די שאטעל קען זיך נישט אליינס אויסהאלטן לכה"פ אויף 50 פראצענט און אפילו ווייניגער.

אלזא, האט דער ווילעזדש באורד געטון דאס אחריות'דיגע שריט און "דערווייל" סוספענדירט דעם שאטעל סערוויס, דערביי שפארנדיג איבער 300 טויזנט דאלער פער יאר פאר די שטייער צאלער.

צו די זעלבע צייט זיצט מען נישט מיט פארלייגטע הענט נאר די ווילעדזש ארבעט אויף עטליכע מהלכים און מיט אנדערע אפערירער, צו זען ווער עס קען אריינקומען אויף דערווייל און אנפילן דעם לאך פון טראנספארטאציע סערוויס וואס האט זיך געשאפן.