שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

וויכטיגע דערמאנונג - סקול טראנספארטאציע

וויכטיגע דערמאנונג - סקול טראנספארטאציע
Photo by Megan Lee / Unsplash

פאריגע וואך איז אנגעקומען אין די פאסט די אפליקאציעס זיך צו רעגיסטרירן פאר טראנספארטאציע פאר דעם קומענדיגן שנת הלימודים הבעל״ט, ביטע דאס נישט אפלייגן פאר די לעצטע מינוט אין די פארנומענע טעג צווישן פורים אין פסח.

פילט אויס די בויגנס ווי אמשנעלסטנס, שרייבט דאס אונטער און גיבט דאס איבער פאר אייער קינד, עס צו איבערגעבן פאר דעם באס דרייווער און די קינדער וועלן באקומען א מתן שכרה בצידה.

אויב האט איר קינדער וואס זענען נאכנישט געווען אין די סקול סיסטעם און איר ברויכט האבן א ליידיגע רעגיסטראציע בויגן, קענט איר ארויפקומען צו די יו. דזשעי. סי. הויפטקווארטיר אויף 29 מעריוואלד לעין סאוט און מיר וועלן אייך ארויסהעלפן מיט די אינפארמאציע, אדער דרוקט די בייגעלייגטע לינק צו דאונלאודן די אפליקאציע.

הצלחה וברכה!

Application for Transportation.pdf
UJC UJC