די וואך, איז פארגעקומען אן ערהאבענער מעמד חנוכת הבית און קבועת מזוזה צום ביהמ״ד החדש והגדול דקהל יטב לב ד׳סאטמאר אויף 31 מעריוואלד לעין סאוט.
צו די באשטימטע צייט, איז ערשינען כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, ובנו הגה"צ הרב שליט״א און דער דומ"ץ הקהלה שליט״א. ווי אויך זענען זיך צוזאם געקומען אנשי שלומינו, ראשי והנהלת הקהילה והמוסדות, עסקנים ואישי הציבור פון דאהי און פון איבער גרעיטאר ניו יארק.
באזונדער האבן באשיינט דעם אויבן אן די הנהגה רוחניות און דער כח התורה פון די שטאט, די רבני העיר וראשי ישיבות פון אלע קהילות און קרייזן אין בלומינג גראוו.
ווי דער רבי איז ערשינען, איז פארגעקומען דעם מסיבת לחיים און דאן איז מען צוגעגאנגען צום מעמד קביעת מזוזה.
דער בנין אדיר ומפואר, האט א היסטארישע אפטייטש, זייענדיג דער ערשטער בנין פון די ״סינעגאגע״ קאטעגאריע אין דעם זאונינג קאוד, וואס מען האט געארבעט אזוי שווער צו אימפלעמענטירן דא אינעם ווילעדזש, אז מען זאל קענען בויען הערליכע בנינים ומפוארים לבתי מדרשים, למען בית ה׳ אלוקינו.
ווי יעדער געדענקט, פאר ארום צוויי יאר צוריק, ווי עס האט געדויעדט ארום 18 מאנאטן אז די ווילעדזש זאל צום ערשט קענען איבערשרייבן דעם געזעץ, דאן איז פארגעקומען א סעריע פון פובליק הירינגס, ביז ווילאנג מען האט געקענט אדאפטירן דעם געזעץ און עס אראפשטעלן אויף קראנטע יסודות פאר די דורות הבאים עד ביאת הגואל, אז עס זאל זיין א כלי פאר הרחבת גבולי הקדושה, צו קענען בויען גרויסע בתי מדרשים, דא אין שטאט.
אינעם געזעץ איז אריין דריי סארטן קאטעגאריעס פון בתי מדרשים. צום ערשט א ביהמ״ד וואס איז אין א קאטעגאריע פון א "שטיבל", דאן איז פארהאן א גרעסערע ביהמ״ד וואס גייט אריין אין די צווייטע קאטעגאריע פון א ״שול״, וואס דאס איז א שטייגער ווי דער ביהמ״ד בית שמואל דקהל יטב לב אויף 1 ראנאוק דרייוו און ביהמ״ד בית יעקב דקהל יטב לב, אויף 2 דועלק עוועניו.
און צום לעצט, איז פארהאן די בתי מדרשים וואס זענען אינעם דריטן קאטעגאריע, וואס ווערט גערופן ״סינעגאגע״, וואס דאס באדייט א מעגא סטרוקטור געבויעט לשם ולתפארת אויף א גרעסערן פארנעם.
ווי פארשטענדליך האבן די אלע סארטן בנינים אנדערע סארטן פונקטן בנוגע פייער סעיפטי, ADA צוטריט, און נאך פילע אנדערע ענינים, וואס בכדי נישט צו באמוטשענען די קלענערע בתי מדרשים, האט מען עס אריינגעלייגט אין דריי באזונדערע קאטעגאריעס.
די פאלגענדע נייע ביהמ״ד צייכנט אפ דאס ערשטע ביהמ״ד וואס איז געבויעט געווארן אין די סארט קאטעגאריע לשם ולתפארת, אלזא איז עס א רוחניות'דיגער נחת און פרייד פאר אלע תושבי עירנו.
דער בית המדרש הגדול ומפואר איז גרויס 35 טויזנט סקווער פיס. פאלגענד, איז צום ערשט געעפנט געווארן די ערשטע פאזע פון 20 טויזנט סקווער פיס און די צווייטע פאזע וועלכע נעמט אריין דעם גרויסן היכל הביהמ״ד און די גרויסע עזרת נשים וועט געעפנט ווערן מיט די צייט, ווי עס וועט זיך אויספעלן.
אינעם ביהמ״ד איז פארהאן דריי הערליכע בורות טבילה, איבער הונדערט זיצן, און 26 שויערס, ווי אויך איז צוגעשטעלט א הערליכע ״דזשודעיקא״ און מקוה שטיבל, אויסגערישט מיט אלע צוגעהערן און תשמישי קדושה וואס פעלט זיך נאר אויס.
ווי אויך איז צוגעשטעלט, א ריזן קאלעקציע פון אלע סארטן משקאות און וויינען פאר שבתים וימים טובים, קידושים און אלע סארטן שמחות.
גלייכצייטיג דערמאנען מיר דא דעם ציבור אז מען קען שוין נוצן די יו. זשעי. סי. יום טוב קיופאנס פאר "מפואר זשודעיקא" און "קינדער שפיל" ביים געשעפט אין ביהמ"ד.
ווי דער שטייגער אין בלומינג גראוו, מיט א ברייטע וויזיע און פאראויסזעענדן בליק, האט דער פולער פלאן פאר דעם ביהמ״ד 395 פארקינג ערטער. איצטערט ביי די ערשטע פאזע, איז צוגעשטעלט 200 פארקינג ערטער, וואס ווערט אין די טעג אויסגעפלאסטערט און אזויווי עס וועט פארטיג ווערן די עלעקטריציטעט אינדרויסן ארום די ביהמ״ד, וועט ווערן פולקאם איבערגעצויגן און אנגעצייכנט די פארקינג ערטער, צו די באקוועמליכקייט פונעם עולם.
ווי אויך, ווערט געעפנט נאך אן אריינגאנג צום פארקינג לאט, וועלכע איז צו די לינקע זייט פונעם יו. דזשעי. סי. בנין.
דער בנין טראגט נאך אן היסטארישן ממשות, ווי דער עולם געדענקט, איז דער פאריגער בנין וואס איז געשטאנען אויף די פראפערטי בעפאר, געווען דער סימבאל פון די רשעות וואס איז געווארן אפגעטאן דורך די פאריגע אדמינסטראציע אונטערן מאנטל פון געזעץ, ווען זיי האבן אויסגעריסן די ״האוז אוו ווארשיפ״ געזעץ פונעם זאונינג קאוד, צו קענען בלאקירן פון בויען אדער אפערירן בתי מדרשים דאהי.
דער פאריגער בנין איז דאן געשטאנען וויסט און ליידיג פאר איבער דריי און אהאלב יאר, נאך וואס די פאריגע אדמיניסטראציע האט ערלויבט צו בויען מכלומר׳שט נאר אויב עס איז א ״קאמיוניטי מעמבערשיפ קלאב״ און ווי נאר זיי האבן געזען אז מען פלאנירט צו בויען א מקוה, וואס איז עפעס וואס זיי האבן נישט ערלויבט צוליב רעליגיע, און איר פארבאט אויף שוהל׳ן, האבן זיי ארויפגעלייגט א ״סטאפ ווארק ארדער״ אויף דעם בנין, וועלכע איז געבליבן שטיין ליידיג פאר לאנגע יארן.
אלזא, איז דאס א פרייד און א שמחה פאר אלע תושבי העיר, וואס טוען סימבאליזירן דעם גינסטיגן טויש ב״ה אין די ווילעדזש אדמינסטראציע, וואס טוט זיך רעכענען מיט רעליגיעזע איינגעלעגנהייטן.
אין די איצטיגע טעג ווערט פארטיג די פאדערשטע אריינגאנג צום בנין, וועלכע איז א פראיעקט דירעקט צוזאמען מיט׳ן אויסצוברייטערן מעריוואלד לעין ביי ווירדזשיניע, ווי עס ווערט איצטערט איבערגעפלאסטערט די ראוד, וואס מען האפט צו פארטיג ווערן אין די נאנטע טעג, צום באנוץ פונעם ברייטן ציבור.
ובשם ד' נעשה ונצליח!







Discussion