עס איז אונז א פרייד צו מעלדן די געוואלדיגע אנטוויקלונג אין הרחבת גבולי הקדושה, ווען בעזהשי״ת ובשעה טובה ומוצלחת איז היינט זונטאג געעפנט געווארן די סאמע ערשטע היימישע פלייש געשעפט דאהי.

עס איז א היסטארישע דורכברוך ווען ברוך השם מען קען שוין היינט אלעס קויפן לאקאל, אבער אין די קאטאגאריע פון פרישע פלייש בתכלית הכשרות איז שטענדיג געווען אן אפהאלט, ווי איינוואוינער האבן געברויכט אריינפארן אין שטעטל צו איינקויפן פלייש, אדער האט מען געברויכט ווארטן א לענגערע וויילע ווילאנג די פלייש דעליווערי איז ערשינען.

כמעשהו ביים ערשטן סופערמארקעט דאהי, האט די יו. זשעי. סי. אויפן פארלאנג פונעם ציבור אויך יעצט זיך אריינגעלייגט דערינען, סיי מיטן העלפן פארשאפן דעם פלאץ פאר די פלייש לאקאל, און סיי צו ארלעדיגן די פארשידענע לעגאלע ענינים מיט די ווילעדזש באאמטע וואס איז נוגע צו עפענען דעם געשעפט און עס באגלייט ביזן ארויסקומען מכוח אל הפועל פאר די באקוועמליכקייט פון די איינוואוינער.

דער פלייש געשעפט קומט פולקאם אויסגעשטאטעט מיט גרייטע עסן אויפן פלאץ, א פול אויסגעשטאטע ״דעלי״ און אזוי אויך אלע אנדערע צוגעהערן, סיי פאר נאכטמאל דורכאויס די וואך און סיי מיט אלע סארטן פראדוקטן און מאכלים פאר שבת ויום טוב.

נעכטן מוצאי שבת, איז כ״ק אדמו״ר מ'סאטמאר שליט״א אראפגעקומען באגלייט מיט די ראשי קהילה והמוסדות, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה און דער רבי שליט״א האט אנגעקלאפט א מזוזה, דערנאך האט זיך דער רבי שליט״א געזעצט צו א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די פארזאמלטע.

דער געשעפט איז קווארטירט ביי די אינטערסעקשאן פון מאונטען ראוד און רוט 208, און ווי ביי אלע אנדערע פראיעקטן דאהי איז צוגעשטעלט פארקינג בהרחבה גדולה צו די באקוועמליכקייט פונעם ציבור.

ויאכלו ענוים וישבעו!