דינסטאג מצורע איז געעפנט געווארן די מצה בעקעריי דורך קהל יטב לב אויף 31 מעריוואלד לעין סאוט, צו שטיין צום דינסט פאר חברי הקהילה ותושבי העיר. ווירקליך איז די ערשטע חבורה פארגעקומען די פארגאנגענעם דינסטאג נאכט, ז׳ ניסן.

די בעקעריי איז צוגעשטעלט מיט אלע הידורים און באקוועמליכקייטן ווי א פולשטענדיגע און פראפעסיאנאלע מצה בעקעריי. אנגעהויבן פון די טישן, די שטיבלעך און אלע צוגעהערן, און ווי אויך א גרויסע ציגל-געמאכטע אויווען וואס קען אפ-באקן גרויסע קוואנטומס פון מצות אויפאמאל.

די בעקעריי ווערט אנגעפירט דורך הרה"ג ר' שמואל לייטנער שליט"א דומ"ץ הקהילה

די בעקעריי שטייט צום דינסט צו די חבורות יעדע נאכט און בעזהשי״ת ערב פסח.