נעכטן מאנטאג, האט די ווילעדזש געשאנקען די "סיטיזענס פון די יאר" באעהרונג פון 2024, פאר די ראולינג היללס קאנדאומיניאום באורד, אלס אנערקענונג און הכרת הטוב פאר זייער שיינע באשטייערונג און מיטהילף מיטן ענדיגן די נייע "קינדערלאנד פארק" וועלכע שטייט צום באנוץ פאר אלע איינוואוינער פונעם שטאט.

די יו. זשעי. סי. פארשטייער האבן זיך אויך באדאנקט פארן באורד פאר זייער פארשטענדעניש און אויפמערקזאמקייט צו די גדרי הצניעות פון אחינו בני ישראל צו פארזיכערן אן אויסגעהאלטענע סביבה בגשמיות וברוחניות.