לכבוד די געטרייע ווילעדזש באַהערדע הע"י.
יעצט דורכאויס די ווינטער חדשים מאַכט זיך אָפט אַז די ראָודס ווערן געלעכערט און צעשטערט, בעיקר צוליב די גרויסע קוואַנטומען פון זאַלץ וואָס ווערט אויסגעגאָסן פון דער שניי, וואָס מאַכט אַז ווען גרויסע קאָנסטרוקציע טראָקס און סקול באָסעס פארן דערנאָך אויף די ראָודס באַקומען זיי פילע קרעקס און לעכער.
וואָלט איך געוואָלט ברענגען צו אויפמערקזאַמקייט אַז די ווילעדזש זאל עפּעס טון דערצו, און פאַררעכטן די ראָודס, צו פאַרמיידן שאָדנס פאר די רעדלעך פון קאַרס וועלכע פאָרן דאָ אַרום אין שטאָט.
מיט דאַנק און אַנערקענונג, אַ צופרידענער איינוואוינער
אַנטוואָרט פון דעם ווילעדזש:
אַ ייש"כ פאר אייער באַמערקונג. דער ווילעדזש איז טאַקע פאַרפליכטעט צו פאַרזיכערן רואיגע און צוגענליכע ראָודס און אַזוי האָבן מיר טאַקע שוין געטון דורכאויס די פאַרלאָפענע צוויי יאָר, ווען דער ווינטער לאָזט נאָך, ס'הייבט אן ווערן ווארימער, און די "פעיווינג פּלענטס" עפענען זיך, דאַן קומט פאר אַ פולקאָם דרייוו-טרו מיט אַ געניטע איבערזיכט אויף אַלע ראָודס פון דעם גאַנצן ווילעדזש. יעדע 'פּאַטהאָל' און לעכל גייט אַרויף אויף אַ דעטאַלירטע ליסטע און דורכאויס די חדשים פון אַפּריל און מאי למספּרם, ווערן אַלע 'פּאַטהאָלס' באַדעקט און פאַרמאַכט, אַז ס'זאָל טאַקע זיין סעיף פאר אונזערע מאָטאָריסטן.
אין צוגאָב צו אָט דעם געווענליכן פּראָצעדור איז דאָס יאָר געסקעדזשולט צו פאַרענדיגן דעם גרויסאַרטיגן "פעווינג" פּראָיעקט ביי די ראָודס פון לעיק שאור און מעריוואלד נארט, וואָס וועט בעז"ה ערגענצט ווערן דורכאויס די קומענדיגע זומער חדשים הבעל"ט.
Discussion