דער גראנדיעזער שכונת יאקאבאוויטש דעוועלאפמענט האט נעכטן נאכט ערהאלטן סייט פלען עפראוועלס פון די וויליזדש פלענינג באורד פאר די ערשטע פאזע פון איבער הונדערט דירות.

דער פראיעקט וואס געפונט זיך אין די קעפיטאל הילל געגנט קומט אויך מיט א שפע פון וואסער דורכדעם וואס די דעוועלאפער שטעלן צו זייערע קוועלער צום באנוץ פון די ווילעזדש איינוואוינער וואס ברענגט צו איבער א האלב מיליאן גאלאן וואסער פער טאג צום ווילעזדש וואסער סיסטעם.

שכונת יאקאבאוויטש רוקט זיך אצינד פאראויס צום פערמיט שטאפל בכוחו ובזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע בשעה טובה ומוצלחת.

ובשם ד' נעשה ונצליח!