דעם פאַרלאָפענעם דינסטאָג משפּטים, איז בשעה טובה ומוצלחת און אין אַ מזל'דיגע שעה אַריינגעגעבן געוואָרן, די אָפיציעלע אַפּליקאַציעס פאר דער קאַנדידאַטור פון די היימישע שליחי הציבור, די רעפּרעזענטאַטן פון די פאַראייניגטע אידישע קהלות דאָ אין שטאָט, וועלכע וועלן בעז"ה יושר'דיג פאַרטרעטן די אינטערעסן פון בלומינג גראווער איינוואוינער, אַלס טראָסטיס אין דעם ווילעדזש באָורד.
די אַפּליקאַציעס זענען פּרעזענטירט געוואָרן, שטייענדיג אַצינד עטוואָס מער ווי אַ מאָנאַט בעפאָר דעם קומענדיגן וואל – טאָג אין ווילעדזש, דינסטאג לס' ויקרא, מערץ 21' למספּרם, ווען ס'וועט דעצידירט ווערן דער צוקונפט פון אונזער שטאט פירערשאַפט, פאר די קומענדיגע פיר יאָר הבעל"ט.
אויפ'ן היימישן טיקעט לויפן די צוויי אַלעמען באַליבטע טראָסטיס, אישי הציבור בנאמנות הר"ר לייב ראָזנער הי"ו און הר"ר אשר זאב גוטמאַן הי"ו, וואָס טראָגן שוין ווירקליך אַ גלענצדע רעקאָרד מיט זייערע הערליכע לייסטונגען און דערגרייכונגען דורכאויס די פאַרלאָפענע צוויי יאָר, אין די ראַמען פון דער היימישער ווילעדזש פירערשאַפט, פון וואָס מיר אַלע איינוואוינער געניסן ברוך השם אויף אַ טאָג טעגליכן פאַרנעם.
איבערהויפּט וועט דער קומענדיגער "עלעקשאן טאָג", דעם קומענדיגן מערץ '21 למספּרם, זיין דעצידירנד פאר דעם עתיד פון בלומינג גראוו, צוליב דעם וואָס לויט דעם לעצטיגן טויש אין ווילעדזש געזעץ, וועלן די קאַנדידאַטן אריינגעוועלט ווערן אויף אַ טערמין פון פיר יאָר, אַנשטאָט ווי ביז היינט ווען זיי האָבן באַקומען נאר אַ צוויי יאָריגן טערמין. דאָס באַדייט אַז דער אויסגאַנג פון די יעצטיגע וואַלן וועט זיך שפּירן אויף די קומענדיגע פיר יאָר, בעזרת השם לטובה ולברכה פאר יעדן יחיד און פארן קאלעקטיוון ציבור פון תושבי עירינו המעטירה.
מען שטייט אַצינד אין אַ תקופה וואָס אויפ'ן ווילעדזש באָורד טישל איז ב"ה פאַרהאַן אַ פולע אַגענדע, מיט אַ ברייטע וויזיע לטובת הציבור ולטובתו פון יעדן איינציגן איינוואוינער אין שטאָט. עס פאָדערט זיך בלויז אַז תושבי העיר זאלן נאָכאַמאָל אַרויסצייגן זייער פאַראייניגטע כח היחיד והרבים, וואָס האָט שוין אויפגעטון אַזויפיל אין דעם עבר, און וועט בעז"ה ווייטער צייגן רעזולטאַטן אינעם קורץ און לאנג-טערמיניגן עתיד לשם ולתפארת ולתהלה.
מיט אָט דער אַנטוויקלונג שפּאַנט מען אַצינד פאָראויס מיט'ן רעכטן פיס צו די קומענדיגע וואַלן, ווען תושבי העיר בהמוניהם גרייטן זיך צו אַרויסברענגען יעדע איינציגע שטימע, באַגלייט מיט אַ תפלה צו השי"ת: "היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל".
פאָלגט נאָך ווייטערדיגע אַנטוויקלונגען און דעטאַלן אַרום די וויכטיגע עלעקשאָנס, אין די קומענדיגע טעג.
ובשם ד' נעשה ונצליח!
Discussion