אין די פארגאנגענע וואכן איז פארגעקומען א גאר שטארקע אויפוואכונג איבער כסדר׳דיגע שאלות, וואס מאכט זיך דורכאויס די ימים טובים ווען עס פארן ארום די שבת פאטראל דאהי אין ווילעדזש.
עס זענען אויפגעקומען שאלות סיי איבער דעם סיסטעם וויאזוי די פאטראל קאר פארט ארום די גאנצע צייט, און סיי איבער די פאקט אז עס זענען פארהאן אסאך וואס זענען נישט אזוי באהאווענט אין די הלכות פון אמירה לעכו״ם, צורך גדול, חולה שאין בו סכנה, די חילוקים פון שבת ויום טוב וכו׳, וואס דאס קען פירן צו חששות און אז מען זאל ח"ו עובר זיין אויף איסורים דאורייתא ממש.
אלזא, בהוראת רבני העיר, איז געווארן איבערגעטוישט דער סיסטעם ווי פאלגענד, אז אנשטאט ווי ביז היינט ווי די פאטראל קאר פלעגט צירקולירן די גאסן דעם גאנצן יום טוב, וועלן די פאטראל קארס זיין סטאנציאנירט מיט נאך א פאטראל אויף דריי פלעצער אין יעדע געגנט, ווי ביי די אלע פלעצער וועט מען קענען קומען רופן דעם פאטראל און דאן וועלן זיי קומען.
אין די קעפיטאל הילל געגנט, וועט עס זיין סטאנציאנירט ביי ווירדזשיניע קארנער ראנאוק דרייוו.
אין די לעיק שאור געגנט, וועט עס זיין סטאנציאנירט ביי ראבין לעין.
אין די ווארלי הייטס געגנט וועט עס זיין סטאנציאנירט ביי פיין הילל קארנער דאלאס דרייוו.
ווי אויך וועט בהוראת רבני העיר פארגעלערנט ווערן אין די בתי מדרשים די וואך שבת איבער די הלכות בפועל למעשה און עס ווערן איבערגעשמועסט אלע שאלות און הלכות איבער זיך באניצן מיט די פאטראל סערוויס און אמירה לעכו״ם.
כל שומר שבת כדת מחללו, שכרו הרבה מאוד!
שבת שלום ומבורך
חג שמח ושמחת תמיד
Discussion